רוי:דזשארדזש סטיוונסאן

פון המכלול
ווערסיע פון 14:08, 2 מערץ 2023 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "{{שטומף|מענטשן}}" ב־"{{שטומף|ביאגראפיע}}")
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
GeorgeStephenson.PNG

דזשאָרדזש סטיוונסאָן (ענגליש: George Stephenson, ‏9טן יוני 1781 - 12טן אויגוסט 1848) איז געווען אן ענגלישער ציווילער און מעכאנישער אינזשעניר. ער האט געבויט די ערשטע פובליקע אייזנבאן ליניע אין דער וועלט וואס האט געניצט דאמף לאָקאָמאָטיוון. ער איז באקאנט אלס דער "פאטער פון אייזנבאנען". סטיוונסאן איז געבוירן געווארן אין ווילאם, נארטהאמבערלאנד.

סטיוונסאנ'ס שינע אפשטאנד פון 1,435 מ"מ, וואס א מאל הייסט "סטיוונסאן אפשטאנד", איז דער נארמאלער אפשטאנד פון די שינעס אויף רוב אייזנבאן ליניעס אין דער וועלט.

אויך האט ער אויסגעפינען א זיכערהייט לאמפ פאר שאכטיארן, וואס איז געווען געניצט אין צפון ענגלאנד.

P vip.svg דער ארטיקל בנוגע ביאגראפיע איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!