המכלול:שרייבן פראיעקט
ברוך שהגיענו לזמן הזה! מיר האבן שוין באקוקט רוב בלעטער אויפ'ן זייטל, מיר זענען צוגעקומען צו קלארקייט וויאזוי זיך צו באפאסן מיט די בלעטער אימפארטירט פון וויקיפעדיע, און יעצט קענען מיר זיך נעמען צום עיקר: שרייבן המכלול ארטיקלען!
אין די ערשטע תקופה דארפן אלע ארטיקלען געשריבן ווערן אלס דרעפטס, און נאר אריבערגעפירט ווערן צום הויפט געביט ווען זיי זענען פארטיג, לויט המכלול סטאנדארטן. (זעט אויך ווייטער, ווער עס פירט זיי אריבער און ווען). עס איז שטארק ראטזאם זיך צו באזירן און באארבעטן עטליכע מקורות צוזאמען, און נישט בלויז איבערטייטשן פון העברעאישע אדער ענגלישע וויקיפעדיע (אדער אפילו פון המכלול העברי ווען דאס ארטיקל שטאמט פון ויקיפדיה). פאר מערערע ענציקלאפעדישע רעסורסן קען מען זיך ווענדן צו צמא לדעת, בעז"ה.
איר הייבט זיך שוין אויף די ערמל, און איר גרייט זיך צו שרייבן. אבער וועלכע ארטיקל זאל א שרייבער שרייבן?
מה שליבו חפץ
איר וועט שרייבן דאס בעסטע מה שליבך חפץ ושכלך מכיר. ווילאנג איר האט נישט געענדיגט שרייבן אלע ארטיקלען אין טעמעס וואס איר ליבט די מערסטע און קענט דאס בעסטע, איז בכלל נישט קיין פראגע וואס צו אויסוועלן. דאס איז די וויכטיגסטע און דאס מערסטע געווינטשן. הגם פון די אנדערע זייט דארפט איר זיין גרייט אז ס'גייט זיך שלעפן ביז ווען מ'גייט דורך מער יסודות'דיגע זאכן, אבער ווען עס וועט זיך אייך איינגעבן, און אייער ארטיקל אויף אייער באליבטע טעמע וועט אריבערגעפירט ווערן צום הויפט געביט, וועט זיך גארנישט גלייכן צו אייער שמחה און באפרידיגונג.
פארשטייט זיך, אז כדי אן ארטיקל זאל בכלל ווערן אנגענומען דארף עס האבן ענציקלאפעדישע וויכטיגקייט אויך אין די אויגן פון אנדערע. שטרענגט אייך נישט אן צו מאכן אן ארטיקל איבער די ברוינע הויז אויף ראסס סטריט, למשל, אויך אויב איז עס גאר באליבט ביי אייך.
ווען דאס ארטיקל איז, לויט אייך, פארטיג, ביטע זייט דא מודיע דערוועגן. דרעפטס וועלן אריבערגעפירט ווערן דורך די ערפארענע מכלולאים שמש מרפא, מקוה, יואל ווייס, איסתרק, מוטל, נייטראלער. (דאס וועט זיך מעגליך טוישן אין צוקונפט, לויט וויאזוי די קהילה וועט באשליסן). אויב איז שוין פארהאן א רויע ארטיקל אויף די נושא, דארף דער נייער ארטיקל אנטהאלטן אלע נוצליכע אינפארמאציע פון יענעם ארטיקל איידער עס ווערט אריבערגעפירט - וואס דאן קען מען שוין מעקן דעם רויען ארטיקל צו מזל.
נויטיגע ארטיקלען
איר ווילט באשרייבן פארשידענארטיגע ארטיקלען און איר ווייסט נישט מיט וואס אנצוהייבן? איר ווילט שרייבן עפעס אן צו האבן ספיקות איבער ענציקלאפעדישע חשיבות, עפעס וואס וועט זיכער אריבערגעפירט ווערן ווי נאר עס איז גרייט? דאן איז א גוטע געדאנק אנטייל צו נעמען אינעם געמיינזאמען פראיעקט, צו ערזעצן און צושטעלן די וויכטיגסטע און מערסט-געפאדערטע ארטיקלען על טהרת המכלול.
יעדן אנהייב חודש וועט אי"ה ארויסגעשטעלט ווערן א ליסטע (ביישפיל), וואס וועט אנטהאלטן געציילטע ארטיקלען פון יעדע פון די פאלגנדע קאטעגאריעס:
- המכלול:וויכטיגסטע ארטיקלען
- קאַטעגאָריע:אידישקייט ארטיקלען צו פארברייטערן
- קאַטעגאָריע:עלעמענטארע ארטיקלען צו פארברייטערן
- קאַטעגאָריע:וויכטיגע ארטיקלען
- מערסט באזוכטע בלעטער אינעם "רוי" געביט (לויט גוגל אנאליטיקס און באַזונדער:סטאטיסטיק)
- ארטיקלען איבער עניני דיומא אין דער חודש דערויף (אויף ווען דער ארטיקל וועט האפנטליך זיין פארטיג)
- ארטיקלען איבער נייעס וכדומה וואס וועט כפי הנראה זיין אקטועל אין קומענדיגן חודש (צב"ש אויב וועלן דאן פארקומען באשטימטע וואלן)
- באַזונדער:געזוכטע בלעטער, ובפרט די וועלכע געפינען זיך אינעם "רוי" געביט.
- ארטיקלען וועלכע זענען פארלאנגט געווארן אויף המכלול:בעטן ארטיקלען.
- ארטיקלען וועלכע זענען פארלאנגט געווארן אויף המכלול:איבערשרייבן ארטיקלען.
דער עיקר געוויכט איז אבער נישט אז די ארטיקלען זאלן זיין די מערסט-יסודות'דיגע אין זייער טעמע (וואס דאס איז געווענליך צו שווער אפצושרייבן אויף א הויכע ניווא אין איין חודש); זיי דארפן נאר זיין בפירוש וויכטיג, אן צווייפל אין זייער נויטיגקייט, און דער דגש איז אויף די מעגליכקייט צו שרייבן א העכסטע-קוואליטעט ארטיקל, עפעס וואס וועט דינען אלס ביישפיל אויף ווייטער. (א שטיקל סימן פאר אזא מעגליכקייט, איז ווען דער רעלעוואנטער ערך אין המכלול העברי פארנעמט נישט מער ווי צוואנציג טויזנט בוכשטאבן). שפעטער וועט מען אפשר צולייגן נאך א קאטעגאריע:
- "ערכים מומלצים" אויף המכלול העברי, וועלכע זענען גענוג גרינג צוצופאסן און איבערשרייבן דאהי.
אין די ליסטע וועט זיין עטליכע געקליבענע ארטיקלען פון יעדע אזא סארט; אלע חברים קענען איבערקוקן די ליסטע און יעדער קען נעמען מערסטענס צוויי-דריי פון זיי אויף זיך, אפצושרייבן אין קומענדיגן חודש. וחוזר חלילה.
דער פראצעדור איז דא גענוי ווי ביים ערשטן סארט ארטיקל (וואס יעדער יחיד נעמט זיך אונטער לויט זיין באגער, און דארף גרונטליכע איבערזיכט איידער עס ווערט אריבערגעפירט דורך די באשטימטע מכלולאים), דער עיקר חילוק איז נאר אז דער שרייבער ווייסט שוין פון פאראויס אז מ'ווארט אויף דעם ארטיקל. געשריבענע ארטיקלען פון די ליסטע וועלן אויך ענדערש קענען גערעכנט ווערן צום אבן הפינה ציל.
שנעלע ארטיקלען
א שיינע צאל ארטיקלען לויפן לויט א באשטימטע דפוס. דאס רעכנט אריין ארטיקלען איבער דאטומען, יארן, טעג פון דער וואך, נומערן, אותיות, און להבדיל בוכשטאבן. זיי שרייבן זיך געווענליך שנעלער, און מ'קען גרינג זען צי דער ארטיקל איז גרייט. (טייל פון זיי זענען שוין אריינגעשטעלט געווארן אין די אלף כסף ערזעצבאר קאטעגאריע, נעמט א צופעליגע ארטיקל אויב איז אייך נישט קיין נפקא מינה).
ביי די סארט ארטיקלען דארף מען נישט ווארטן אויף די געקליבענע אריבערפירער, נאר סיי ווער עס זעט אז עס איז גרייט, און עס פארמאגט אלע נוצליכע אינפארמאציע (אזוי גוט אדער בעסער אראפגעשריבן) ווי דער ארטיקל פון וויקיפעדיע וואס עס קומט ערזעצן, קען עס אריבערפירן און אויסמעקן דעם רויען ארטיקל.
עס איז נישט כדאי צו נעמען אויף זיך מער ווי צוויי-דריי פון די ערשטע סארטן ארטיקלען, צו שרייבן פער חודש. הגם, אויב האט איר געענדיגט און גוט אראפגעשריבן דריי ארטיקלען, נישט מיט א כאפ-לאפ געיעג צו לויפן צום קומענדיגן, וועט אייך קיינער נישט אפהאלטן פון שרייבן א פערדע.