רוי:בארג מירון

פון המכלול
ווערסיע פון 07:40, 30 יאנואר 2023 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "הערה|נאמען=" ב־"הערה|שם=")
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
מירון
Northern slope of Mount Meron.jpg
מירון
מדינה / טעריטאָריע Flag of Israel.svg מדינת ישראל
קאָאָרדינאַטן 32°48′N 35°32′E / 32.800°N 35.533°E / 32.800; 35.533 מאפעס, בילדער פון דער הייעך און נאך אינפארמאציע אויף דעם ארט
דיסטריקט צפון דיסטריקט
צייט זאָנע UTC+2
www.tiberias.muni.il
נחל דישון פון שמורת הר מירון

בארג מירון (העברעאיש: הַר מֵירוֹן, אראביש: جبل الجرمق, דזשעבל אל-דזשארמאק) איז א היסטארישער באַרג אין אויבער גליל אין צפון ארץ ישראל, און איז דער העכסטער בארג אן ארץ ישראל מערב פונעם ירדן טייך. אויף די זייטן פון בארג מירון געפינען זיך די קברים פון רבי שמעון בר יוחאי און רבי אלעזר ברבי שמעון.

אויך איז מירון דער נאמען פון א דארף אונטערן בארג וואס איז געגרינדעט געווארן ה'תש"ט דורך אונגארישע נייע באזעצערס. זי געפונט זיך אין די גרעניצן פון דער מרום הגליל ראיאנראט.

אין מירון האט דער אריז"ל אנטפלעקט רבי שמעון בר יוחאי'ס קבר און אויפן בארג פייערט כלל ישראל זיין יארצייט אום ל"ג בעומר (י"ח אייר), און עס זענען דא וואס פירן זיך צו מאכן חאלאקע ביי זיין ציון, אויך אין אנדערע טעג פון יאר.

עס שטייט אין ספרים, אז אידן פלעגן פארן ל"ג בעומר קיין מירון, נאך פאר דעם אריז"ל.

דער געזעלשאפט אין מירון איז א געמיש פון עטליכע קרייזן. אויסער דעם אלגעמיינעם בית הכנסת וואס איז אין צענטער פון דארף, זענען דא פארשידענע אנדערע שולן און אנטשטאלטן, ווי בני עקיבא, חסד לאברהם, און נאך. אויך ביים קבר הרשב"י זענען דא עטליכע כוללים פאר תורה לערנער און אויך איז דארט א צענטער פאר מניני תפלה.

ל"ג בעומר בהלה תשפ"א

Postscript-viewer-blue.svg מירון טראגעדיע תשפ"א

פארטאגס ל"ג בעומר תשפ"א, דעם 30סטן אפריל 2021 איז געווארן א גרויסע געדרענג וואס האט צוגעברענגט אויף א בהָלה ביים ארויסגאנג פון דער הדלקה ביים תולדות אהרן רבי'ן נעבן דעם ציון פון רבי שמעון בר יוחאי אין מירון, ווען 45 מענער און קינדער זענען ליידער אומגעקומען און 102 זענען פארוואונדעט געווארן, נאכדעם וואס זיי זענען צעטרעטן געווארן אין א שטארקן געדרענג. דאס האט פאסירט אינמיטן דער הילולא פון רבי שמעון בשעת מעשה זענען געווען ביים ציון בערך 100,000 אידן.

ס'איז געווען די ערגסטע ציווילע קאטאסטראפע אין דער היסטאריע פון מדינת ישראל.[1]

ליסטע פון נפטרים

  • הר"ר שרגא געשטעטנער ע"ה - מאנסי
  • הר"ר ישראל אלנקווה ע"ה - בית שמש
  • הר"ר מנחם אשר זעקבאך ע"ה - מודיעין
  • הבחור חיים ראק ע"ה - בית שמש
  • הר"ר דוד קרויס ע"ה - בית שמש
  • הבחור יוסף עמרם טויבער ע"ה - מאנסי
  • הבחור אלי' כהן ע"ה - ביתר
  • הר"ר שמעון מטלון ע"ה - ביתר
  • הר"ר שמחה בונם דיסקינד ע"ה - בית שמש
  • הר"ר אליעזר צבי יאזשעף ע"ה - קרית יואל
  • הר"ר חנוך סלוד ע"ה - אשדוד
  • הבחור פּנחס מנחם קנאבלאוויטש ע"ה - אמעריקא
  • הר"ר אלעזר מרדכי גאלדבערג ע"ה - ביתר
  • הבחור משה בן שלום ע"ה - בני ברק
  • הר"ר יונתן חברוני ע"ה - ג. שמואל
  • הבחור ידידי' אשר פויגל ע"ה - ג. שמואל
  • הר"ר יהודא לייב רובין ע"ה - בית שמש
  • הר"ר חיים עוזר סלר ע"ה - ירושלים
  • הר"ר שמואל צבי קלאגסבאלד ע"ה - בית שמש
  • הבחור משה ענגלארד ע"ה ואחיו הילד יהושע ענגלארד ע"ה - ירושלים
  • הבחור משה לוי ע"ה - בני ברק
  • הבחור נחמן קירשנבוים ע"ה - בית שמש
  • הבחור משה מרדכי אלחדד-שארף ע"ה ואחיו הבחור יוסף דוד אלחדד-שארף ע"ה - ירושלים
  • הבחור דוב שטיינמעץ ע"ה - מאנטריאל
  • הבחור יוסף מאסטורוב ע"ה - רמלה
  • הבחור יעקב אלחנן סטארקאווסקי ע"ה - אלעד
  • הבחור יוסף יהושע לוי ע"ה - רכסים
  • הבחור ישי מועלם ע"ה -רכסים
  • הבחור אברהם דניאל אמבון ע"ה - ארגענטינה
  • הילד אליעזר יצחק קולטי ע"ה - ירושלים
  • הר"ר אריאל צדיק ע"ה - ירושלים
  • האברך יוסף גרינבוים ע"ה - חיפה
  • הבחור אלקנה שילה ע"ה - ירושלים
  • הר"ר אליעזר געפנער ע"ה - ירושלים
  • הבחור ידידי' משה חיות ע"ה - בני ברק
  • הבחור דניאל מאריס ע"ה - ניו דזשערסי
  • הבחור שלמה זלמן לעבאוויטש ע"ה - צפת
  • הר"ר משה צרפתי ע"ה - ירושלים
  • הבחור אריאל אחדות ע"ה - תל אביב
  • הר"ר מרדכי פעקעטע ע"ה - ירושלים
  • הבחור חן דורון ע"ה - חולון
  • הר"ר משה בערגמאן ע"ה - ענגלאנד
  • און הבחור יוסף קאהן ע"ה - קליוולאנד.

רעפערענצן

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!