רבי יצחק פון דראהאביטש
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אישיות רבנית
ליידיגע פאראמעטער [ חיבוריו, מקום לידה, מקום פטירה, צאצאים, מספר צאצאים, אתר אינטרנט ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
פאראמעטער [ שם השושלת ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
געבורט |
ווערט געשאצט צו ארום 1694 ווערט געשאצט צו ארום ה'תנ"ה |
---|---|
פטירה |
13טן אפריל 1750 לויט טייל מקורות 1752 ז' ניסן ה'תק"י לויט טייל מקורות ה'תקי"ב |
כינוי | רבי יצחק פון דראהאביטש |
מדינה | אוקריינע |
וואוין אָרט | דראהאביטש |
טעטיגקייט אָרט | דראהאביטש |
השתייכות | חסידות |
תחומי עיסוק | אדמו"ר |
בני דורו | רבי דוב בער פון מעזריטש רבי יעקב יוסף פון פולנאה |
אדמו"ר |
רבי יצחק פון דראהאביטש (נפטר ז' ניסן ה'תק"י) איז געווען א מגיד מישרים, פון די ערשטע און די גרעסטע תלמידים פון דער בעל שם טוב, און איז געווארן אנגערופן א "תלמיד חבר" זיינער. ער איז געווען דער פאטער פון זלאטשוב'ער מגיד, און א שוואגער פון רבי נחמן האראדענקער.
ביאגראפיע
געבוירן[1] צו רבי יוסף ספראווידליווער פון פיסטין, וואס איז גערופן געווארן מיטן טיטל "רבי יוסף איש אמת", און צו יענטא וואס איז גערופן געווארן מיטן טיטל "יענטא הנביאה". ער האט געהייראט מרת מרים, אן אייניקל פון רבי מאיר פופרש פון די תלמידים פון אר"י.
אין יוגנט האט ער געדינט אלס מגיד מישרים אין אוסטראה, און דאן איז ער נאך געווען א מתנגד צו חסידות, אבער שפעטער איז ער געווארן א תלמיד פון דער בעל שם טוב.
רבי יצחק איז געווען פון די גרויסע מקובלים אין זיין צייט. לויט טייל מקורות האט ער געוואוינט א שטיק צייט אין בראד, וואו ער האט זיך באהאפטן מיט די בארימטע גרופע פון בראדער קלויז.
אין זיינע שפעטערע יארן האט ער געדינט אלס דיין און מגיד מישרים אין ארכעוו, וואו רבי יצחק האמבורגער האט דאן געדינט אלס רב. טראץ וואס זיי זענען געגאנגען אויף אנדערע וועגן (רבי איציקל האמבורגער איז געווען א מתנגד, און רבי איציקל דראהאביטשער האט געהערט צו די חסידים), האט געהערשט צווישן זיי א ליבשאפט.
רבי יצחק איז נפטר געווארן אין ארכעוו, אין ז' ניסן ה'תק"י[2], און איז דארט באערדיגט.
דערנענטערונג צו חסידות
ס'ווערט דערציילט אז ער פלעגט יעדע נאכט ביי קריאת שמע שעל המיטה זאגן דעם פסוק "בידך אפקיד רוחי" (
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:תנ"ך
פאראמעטער [ קצר ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:תנ"ך) נמצא פרמטר לא בשימוש "קצר=".תהלים לא, ו) און איז גלייך אנטשלאפן געווארן, און אויב האט זיך געמאכט און ער איז נישט גלייך איינגעשלאפן האט ער געוואוסט אז דאס איז צוליב וואס ער האט עפעס געזינדיגט אין דעם טאג, און ער דארף תשובה טון דערויף. אמאל האט זיך אזוי געמאכט, און ער האט דורכגעטראכט זיינע מעשים און נישט געפונען גארנישט, ביז ער האט זיך דערמאנט אז ער האט געהערט ליצנות רייד איבער דעם בעל שם טוב, און ער האט נישט מוחה געווען דערויף, האט ער זיך גלייך אויפגעהויבן און געפארן קיין מעזשביזש אים מפייס צו זיין. צומארגנס האט ער געדאוונט אין בית המדרש אינאיינעם מיטן בעש"ט, און ביי קריאת התורה האט דער בעש"ט אים ארויפגערופן צום ספר תורה (טראץ וואס ער האט אים נישט געקענט בעפאר) מיטן טיטל "מורה מורינו רבי יצחק ב"ר יוסף", און האט אים דערנאך געזאגט: "מורי ורבי האט זיך געווערטלט אויפן בעש"ט, און איז געפארן אזא וועג, דער בעש"ט איז אים מוחל בלב שלם". נאך די מעשה איז ער שוין געבליבן א תלמיד פון בעש"ט[3].
אויך איז אנגענומען ביי חסידים, אז קומענדיג צום ערשטן מאל האט דער בעש"ט געהייסן אים זייער מכבד זיין, זאגנדיג אז רבי יצחק האט באקומען פון הימל גאר א נידריגע נשמה, און האט דאס דערהויבן ביז צום מעלה פון רבי שמעון בר יוחאי[4].
זיין זון רבי יחיאל מיכל פון זלאטשוב האט געזאגט, אז אין יעדן טאג איז מען מכבד אדער אים אדער זיין טאטן צו זאגן א דרשה אין א געוויסן היכל אין גן עדן; איין טאג זיין טאטן צוליב וואס ער איז דער טאטע פון רבי יחיאל מיכל, און איין טאג אים צוליב וואס ער איז דער זון פון רבי איציקל[5].
צו ליינען מער
- מכון ברכת יוסף, זיכרון לראשונים, (כתבי רבי משה חיים קליינמן), אשדוד תשס"ט, זייטן יז - לח.
דרויסנדע לינקס
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר החכמה
פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע דוד הלחמי, רבי יצחק ברבי יוסף מאיר מדרוהוביץ, אין ספר "חכמי ישראל", תל אביב תשי"ח
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר החכמה
פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע תורת המגיד מזלאטשוב, זייטן ה-כא
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר החכמה
פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
ליידיגע פאראמעטער [ 5 ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע קובץ שפתי צדיקים - א
רעפערענצן
cc-by-sa 3.0 ערלויבעניש • אריגינעלער בלאט • ביישטייערער