רוי:רבי אהרן בערנשטיין

פון המכלול
ווערסיע פון 11:45, 9 מערץ 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "געבורט דאטע" ב־"געבורט דאטום")
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
רבי אהרן בערנשטיין
טעקע:D (18).JPG

רבי אהרן בערנשטיין (ח' סיון תרע"ח, מאי 1918י"ט חשוון תשנ"ה, 24סטן אקטאבער 1994) איז געווען דער ראש ישיבה פון חיי עולם אין ירושלים און א מיטגליד אין דער מועצת גדולי התורה פון אגודת ישראל.

ביאגראפיע

רבי אהרן בערנשטיין איז געבוירן געווארן אין יאר ה'תרע"ח צו זיין פאטער רבי פישל דיין ראב"ד פון עדת החסידים אין ירושלים, א קארלינער חסיד און באוווסטער גאון און צדיק ווי אויך א גרויסער יחסן.

רבי אהרן איז געווען א גרויסער און באוווסטער עילוי. גאר יונג האט ער זיך שוין געשריבן אין לערנען מיט גדולי אר"י, בעיקר איז רבי אהרן שטארק נתקרב געווארן צום טשעבינער רב וואס האט אים געגעבן היתר הוראה, א זאך וואס נאר איינצילע האבן דערצו זוכה געווען.

אין יאר ה'תרצ"ט האט ער חתונה געהאט מיט דינה, טאכטער רבי יצחק מאיר האגער אב"ד ור"מ סטאנעוויטצא אין אוקריינא. נאך אלס יונגערמאן איז ער אויפגענומען געווארן אלס ראש ישיבה אין דעם באוואוסטן חסידישן ישיבת חיי עולם, און שפעטער איז ער אויך געווארן דיין אין בי"ד פון אגודת ישראל. נאך זיין פטירה און עלטער פון זעקס און זיבעציג יאר, איז צונויפגעקליבן געווארען זיינע חידושים אויף סוגיות הש"ס דורך זיינע קינדער אינער ספר פרי אהרן.

רבי אהרן איז אויך דער שווער פון אדמו"ר רבי משה לייב ראבינאוויטש דער מונקאטשער רבי.

טעקע:P036 36.JPG
הגאון רבי אהרן זצ"ל מיט זיין איידעם האדמו"ר ממונקאטש

משפחה

די קינדער פון רבי אהרן און זיין ווייב דינה זענען:

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!