רוי:רבי ישכר שלמה טייכטאל

פון המכלול
ווערסיע פון 11:51, 9 מערץ 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "געבורט דאטע" ב־"געבורט דאטום")
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
Gnome-colors-emblem-development-2.svg
דער ארטיקל איז אינמיטן די ארבעט: צו פאַרמיידן רעדאגיר קאנפליקטן און דאָפּלטע אַרבעט, ביטע נישט רעדאַגירן דעם ארטיקל איידער דער מעלדונג איז אַוועקגענומען, סיידן איר האט דאס קאארדינירט מיט דער וואס האט עס געשטעלט.
אויב דער ארטיקל איז נישט רעדאגירט געווארן פאר א וואך קענט איר אַראָפּנעמען דעם מוסטער, אבער פאַרדעם איז כדי צו דערמאנען דעם באניצער וואס האט עס געשטעלט, דורך א מעלדונג אין זיין שמועס בלאט.
דער ארטיקל איז אינמיטן די ארבעט: צו פאַרמיידן רעדאגיר קאנפליקטן און דאָפּלטע אַרבעט, ביטע נישט רעדאַגירן דעם ארטיקל איידער דער מעלדונג איז אַוועקגענומען, סיידן איר האט דאס קאארדינירט מיט דער וואס האט עס געשטעלט.
אויב דער ארטיקל איז נישט רעדאגירט געווארן פאר א וואך קענט איר אַראָפּנעמען דעם מוסטער, אבער פאַרדעם איז כדי צו דערמאנען דעם באניצער וואס האט עס געשטעלט, דורך א מעלדונג אין זיין שמועס בלאט. שמועס
רבי ישכר שלמה טייכטאל

הרב ישכר שלמה טייכטאל (כ"ד שבט ה'תרמ"ה - י' שבט ה'תש"ה) איז געווען דער אב"ד פון פישטיאן, א קורארט אין טשעכאסלאוואקיי, און דער מחבר פון שו"ת "משנת שכיר" און פון "אם הבנים שמחה".

יונגע יארן

ישכר שלמה איז געבוירן געווארן אין האלאס (ענ'), אונגארן, אום כ"ד שבט תרמ"ה צו זיין פאטער ר' יצחק, א צאנזער חסיד, און זיין מוטער גיטל. מען האט אים גערופן אויפן נאמען פון זיין זיידן (זיין פאטער'ס פאטער) ישכר שלמה טייכטאל. ער האט געלערנט ביי רבי שלום ווידער אב"ד נירעדהאז. אין תר"ס איז ער געגאנגען לערנען אינעם צאנזער קלויז אין טארנע, גאליציע, וואו ער האט געהאט א נאמען ווי א גרויסער עילוי. נאך א שטיק צייט האט ער געלערנט צוויי יאר ביים "יד שלום" אין זשאבנע. נאך דעם האט ער געלערנט אין חוסט ביים "ערוגת הבושם".

ער האט געהייראט פראדל גינז (אין תרס"ד), א טאכטער פון הרב יעקב יוסף גינז אב"ד בעסערמין. נאך איר פטירה אין תרע"ז האט ער געהייראט נחמה, די טאכטער פון הרב דוד פרידמאן (דער שווער פון הרב מרדכי ראטנבערג, אנטווערפענער רב), וואס איז געווען דער אב"ד פון צעהלעם אין סלאוואקיי. ער האט געדינט ווי רב און ראש ישיבה אין דער קליינער יידישער קהילה אין פישטיאן, נייטרא דיסטריקט, אין מערב סלאוואקיי.

משפחה

  • פרומעט, די ווייב פון ר' שלמה בראנסדארפער
  • ר' חיים מנחם טייכטאל (כ"ד ניסן תרפ"ב, פישטיאן - כ"ב ניסן תשע"ד, ירושלים), שווער פון רבי לוי ביסטריצקי פון צפת
  • גיטל, די ווייב פון רבי ברוך האלבערשטאם, גארליצער רבי אין בני ברק
Maimonides-2.jpg דער ארטיקל בנוגע רבנים איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!