רוי:לופטשיף

ווערסיע פון 19:40, 8 יאנואר 2023 דורך בוט העברות (שמועס | ביישטייערונגען) (בוט העברות האט באוועגט בלאט לופטשיף צו רוי:לופטשיף אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון)

 

אַ לופטשיף פונעם אַמעריקאַנישער פלאט אין 1931

אַ לופטשיף איז אַ סארט לופטמאַשין וואס בלייבט אין דער הימל דורך פלאַטערונג. דאס איז אנדערש פון עראפלאנען, וואס בלייבן אין דער הימל דורך באַוועגונג. אַ לופטשיף פלאַטערט ווי אַ לופטבאַלאָן, אבער איז אנדערש. אַ לופטשיף נוצט אַ מאָטאָר צו באַוועגן און צו קאָנטראָלירן איר ריכטונג.

עטליכע מענטשן נוצן דאָס ווארט "לופטשיף" צו באַשרייבן יעדער סארט לופטמאשין, וואס איז נישט פונקט רעכט. טעכנישע מענשטן נוצן דאָס ווארט "לופטשיף" נאָר פאַר אַ לופטמאַשין וואס פלאַטערט און האט אַ מאָטאָר און אַ וועג צו קאָנטראָלירן איר ריכטונג.

סארטן לופטשיפן

עס זענען דאָ דריי סארטן לופטשיפן. דער אונטערשייד איז די קאָנסטרוקציע אין די לופטשיף.

  • שטייפע לופטשיפן אנטהאלטן גרויסע אינערלעכע קאָנסטרוקציעס. די גרעסטע לופטשיפן זענען געווען פון דער שטייפער סארט.
  • סעמי-שטייפע לופטשיפן האבן קליינע קאָנסטרוקציעס. עס זענען דאָ נאָר ווייניק סעמי-שטייפע לופטשיפן.
  • נישט-שטייפע לופטשיפן האבן נישט קיין קאָנסטרוקציעס. מערסט לופטשיפן זענען נישט שטייף.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!