משלוח מנות

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
משלוח מנות'ן
קינדער טראגן משלוח מנות
א פארשטעלטער יונגל גייענדיג איבערגעבן משלוח מנות. לויט טייל פוסקים זאל מען שיקן משלוח מנות דווקא דורך א "שליח".

משלוח מנות (אין אידיש: "שיקן פארציעס") איז איינע פון ​​די מצוות פונעם יום טוב פורים, צווישן די מצוות פון מגילה ליינען, משתה ושמחה, און מתנות לאביונים. די מצוה איז צו שיקן כאטש צוויי פארציעס עסנווארג, פאר ווייניגסטנס איין מענטש. צווישן די צילן זענען צו פארמערן פרידן און ליבשאפט צווישן אידן, און צו פארזארגן עסן פאר נויטבאדערפטיגע אז זיי זאלן האבן גענוג פאר דער פורים סעודה.

מקור

דער חיוב פון משלוח מנות ווערט דערמאנט אין מגילת אסתר. אין די פסוקים ווערט געשילדערט אז נאך דער נס וואס איז געשען אין פורים - ווען מ'איז געראטעוועט געווארן פון המן'ס גזירה וואס האט געוואלט פארטיליגן דאס אידישע פאלק - האט מען באשטימט די פורים טעג פאר ימי שמחה. אלס טייל פון די מצוות פונעם טאג, האבן די חכמים פון יענעם דור מתקן געווען צו שיקן משלוח מנות צו די פריינט[1], און אזוי שטייט אין די מגילה (ט, יט–כב):

עַל כֵּן הַיְּהוּדִים הַפְּרָזִים הַיֹּשְׁבִים בְּעָרֵי הַפְּרָזוֹת, עֹשִׂים אֵת יוֹם אַרְבָּעָה עָשָׂר לְחֹדֶשׁ אֲדָר שִׂמְחָה וּמִשְׁתֶּה וְיוֹם טוֹב וּמִשְׁלֹחַ מָנוֹת אִישׁ לְרֵעֵהוּ... וְהַחֹדֶשׁ אֲשֶׁר נֶהְפַּךְ לָהֶם מִיָּגוֹן לְשִׂמְחָה וּמֵאֵבֶל לְיוֹם טוֹב, לַעֲשׂוֹת אוֹתָם יְמֵי מִשְׁתֶּה וְשִׂמְחָה, וּמִשְׁלֹחַ מָנוֹת אִישׁ לְרֵעֵהוּ וּמַתָּנוֹת לָאֶבְיֹנִים.

הלכות

משלוחי מנות וואס זענען געלייגט געווארן פארנט פון א פארמאכטע טיר (משלוח מנות דארף געגעבן ווערן דווקא פורים בייטאג).
  • חז"ל האבן ארויסגעלערנט פונעם פסוק: "לַעֲשׂוֹת אוֹתָם יְמֵי מִשְׁתֶּה וְשִׂמְחָה וּמִשְׁלוֹחַ מָנוֹת אִישׁ לְרֵעֵהוּ", אז מ'דארף שיקן צום ווייניגסטנס צוויי פארציעס פאר איין מענטש[2]. אבער אויב מעגליך איז בעסער צו שיקן מער, ווי דער רמב"ם פסקנ'ט: "כל המרבה לשלוח לרעים הרי זה משובח"[3]. פארט שרייבט ער אז די חשוב'סטע מצוה פון פורים איז מתנות לאביונים: "מוטב לאדם להרבות במתנות לאביונים מלהרבות בסעודתו ובשלוח מנות לרעיו, שאין שם שמחה גדולה ומפוארה אלא לשמח לב עניים ויתומים ואלמנות וגרים"[4].
  • עס דארף זיין פון צוויי באזונדערע עסנווארג. טראץ דעם וואס עס זענען געווען רבנים וואס האבן געשיקט ספרי חידושי תורה אויף משלוח מנות, איז אבער אין הלכה גע'פסק'נט אז וועש, ספרים און אפילו געלט צו קויפן דערמיט עסנווארג, ווערן נישט גערעכנט פאר "מנות". וועגן שיקן געטראנקען, שרייבן רוב פוסקים אז דאס ווערט פאררעכנט ווי א מאכל[5].
  • אפילו טאמער א מענטש האט נישט גענוג עסנווארג אוועקצוגעבן פאר אן אנדערן, זאל ער אויפטוישן זיין סעודה מיטן חבר'ס, אזוי צו מקיים זיין די מצוה. די מיינונג פון א מערהייט פוסקים איז אז אויך פרויען זענען מחויב מיט דער מצוה. דער רמ"א מערקט אָן אז א מאן זאל נישט שיקן פאר א פרוי, אז ס'זאל נישט צוקומען צו קיין פראגע פון א ספק קידושין ביים שיקן פאר אן אלמנה[6].
  • פארהאן פוסקים וואס שרייבן אז די מצוה דארף אויסגעפירט ווערן דורכ'ן שיקן מיט א "שליח", אזויווי אין פסוק שטייט, "ומשלוח מנות איש לרעהו". לויט דער משנה ברורה איז פּאַסיג דאס צו ערפילן, אבער טייל שרייבן אז מען דארף נישט מחמיר זיין דערויף[7].
  • די מצוה גייט אן אין טאג פון פורים, יעדן לויטן פלאץ וואו ער געפינט זיך: אין מערהייט ערטער איז דאס אין י"ד אדר, און ביי די שטעט וואס זענען מוקפות חומה מימות יהושע בן נון, אינעם טאג פון שושן פורים - ט"ו אדר. די מצוה דארף געטון ווערן דווקא בייטאג[8][6]. טייל זענען מהדר דאס אויסצופירן איידער מען עסט די סעודה[9].

טעמים

אין די אחרונים ווערן פאָרגעשטעלט צוויי הויפּט טעמים פאַר'ן מתקן זיין די מצוה פון משלוח מנות:

  • אין ספר מנות הלוי[10] שרייבט רבי שלמה אלקבץ אז דער טעם איז צו פארמערן פריינדשאפט צווישן אידן אין קעגנזאץ צו המן'ס ווערטער[11]: "ישנו עם אחד מפוזר ומפורד"[12].
  • אין ספר תרומת הדשן שטייט אז דער טעם איז צו פארזיכערן אז יעדער האט עסן פאר די יום-טוב'דיגע סעודה, אויך די ארעמעלייט וואס שעמען זיך צו בעטן צדקה[13].

אין די ספרי אחרונים ווערן געברענגט פארשידענע דינים וואס זענען געוואנדן אין די צוויי טעמים. למשל, די פוסקים שרייבן אז א מענטש האט געשיקט פאר זיין חבר אנאנים, אז זיין חבר ווייסט נישט פון וועם ער האט באקומען דעם משלוח, לויט די דעות אז דער טעם איז צו פארמערן אהבה ורעות, קומט אויס אז ער האט דערמיט נישט מקיים געווען זיין פליכט[14].

אין אנדערע קאנטעקסטן

משלוח מנות ווערט אויך דערמאנט אין אנדערע פעלער. ווען די אידן פון בבל זענען ארויף קיין ארץ ישראל מיט עזרא הסופר, האט ער זיי געזאגט אום ראש השנה צו שיקן "מנות לאין נכון לו", ד.ה. פאר אזעלכע וואס קענען זיך נישט ערלויבן צו צושטעלן די יום טוב סעודה:

ויאמר להם: לכו אכלו משמנים ושתו ממתקים ושִלחו מנות לאין נכון לו כי קדוש היום לאדונינו... וילכו כל העם לאכול ולשתות ולשלח מנות ולעשות שמחה גדולה כי הבינו בדברים אשר הודיעו להם

יענער משלוח מנות איז טאקע פונדאמענטאל אנדערש, ווייל דאס איז נישט געווען ווי דער פורימ'דיגער משלוח מנות וואס איז "איש לרעהו", נאר ספעציעל געוואנדן "לאין נכון לו", אז די ארעמעלייט זאלן האבן צום עסן. דאך, ווילנדיג ארויסברענגען דעם אויבנדערמאנטן טעם אז דער משלוח מנות פון פורים איז אויך צו פארזיכערן די באדערפענישן פון סעודת פורים פאר די וואס קענען זיך נישט ערלויבן - ברענגען די פוסקים דעם פסוק אלס ראיה[15].

ליינט מער

  • מאיר ראפעלד, "משלוח מנות בפורים: גלגולי נוסח ונוהגים", אין: דניאל שפרבר, מנהגי ישראל: מקורות ותולדות, זעקסטער באנד, ירושלים: מוסד הרב קוק, תשנ"ח, זייטן רכ"ז–רמ"א; איבערגעדרוקט אין: מאיר ראפעלד, נתיבי מאיר: אסופת מאמרים, מרכז שפירא: תשע"ג, זייטן 210–224.
  • הרב ישראל דנדרוביץ, "בשר לא מבושל - האם קרוי מנה (אויף די ווערטערליכע אפטייטש פון מנה בלשון המקרא ובלשון חכמים)", אין: אור ישראל, גיליון עא, תשרי תשע"ו, עמודים: קעח-קפח.

וועבלינקען

די טעמים פאר משלוח מנות:

רעפערענצן

  1. זעט
    פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:בבלי

    פאראמעטער [ ללא ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:בבלי) נמצא פרמטר לא בשימוש "ללא=".מגילה ב, א
  2. "משלוח מנות" - לשון רבים - כאטש צוויי, "איש לרעהו" - יחיד. רב יוסף אין נאמען פון ברייתא, אין
    פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:בבלי

    פאראמעטער [ ללא ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:בבלי) נמצא פרמטר לא בשימוש "ללא=".מגילה ז, א

  3. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:רמב"ם

    פארלאנגטע פאראמעטער [ 1 ] פעלן
    לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:רמב"ם) פעלט נאמען פון הלכות.משנה תורה לרמב"ם, הלכות חמץ ומצה, פרק מגילה וחנוכ"ה, הלכות ב'–ט"ו

  4. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:רמב"ם

    פארלאנגטע פאראמעטער [ 1 ] פעלן
    לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:רמב"ם) פעלט נאמען פון הלכות.משנה תורה לרמב"ם, הלכות חמץ ומצה, פרק מגילה וחנוכ"ה, הלכות ב'–י"ז
  5. שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תרצ"ה, סעיף ד' משנה ברורה כ'
  6. 6.0 6.1 רמ"א אויף
    פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:שלחן ערוך

    פאראמעטער [ ללא ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:שולחן ערוך) נמצא פרמטר לא בשימוש "ללא=".שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תרצ"ה, סעיף ד'
  7. חזון עובדיה פורים עמוד קמג
  8. רא"ש על מגילה, א', ז'
  9. לקט יושר, הלכות פורים בסימני הדרשה. זעט אויך אז נדברו, חלק ששי סימן ס"ה אז עס איז אן איסור זיך צו וואשן צו א סעודה איידער מען האט אויסגעפירט די מצוה

  10. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס

    פאראמעטער [ 5 ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    רבי שלמה אלקבץ, "ד"ה והנך רואה", מנות הלוי, פירוש אויף מגילת אסתר, ט, יז אין נאמען פון רבי יהודה בן שושן
  11. אסתר ג, ח
  12. זעט אויך מהר"ל, "אור חדש", ט, כב; אויך דער ב"ח, אורח חיים, סימן תרצ"ה, שרייבט: "טעם משלוח מנות הוא כדי שיהא שמח ושש עם אוהביו וריעיו ולהשכין ביניהם אהבה ואחוה וריעות". זעט אויך ריטב"א, מגילה ז, א, וואו עס איז משמע אז עס איז צוליב דין שמחה.
  13. תרומת הדשן,
    פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר הספרים היהודי

    פאראמעטער [ 3 ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    חלק א', סימן קי"א
  14. פאר נאך נפקא מינה'ס זעט אין שו"ת חתם סופר
    פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר הספרים היהודי

    פאראמעטער [ 3 ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    חלק א', סימן קצ"ו; אין שו"ת שרידי אש, ירושלים, תשנ"ט, חלק א', סימן ס"א; און אויך א שמועס אויפ'ן אוצר החכמה פאָרום.
  15. ילקוט יוסף, אורח חיים, סימן תרצ"ה

קלארשטעלונג: די אינפארמאציע אויף המכלול איז בלויז פאר בארייכערונג און זאל נישט געזען ווערן ווי א פסק הלכה.

טיילן פון דער ארטיקל זענען מעגליך איבערגעזעצט פון העברעאישער וויקיפעדיע
cc-by-sa 3.0 ערלויבענישאריגינעלער בלאטביישטייערער