המכלול:רוי געביט

פון המכלול
ווערסיע פון 06:38, 12 פעברואר 2023 דורך עברי אנכי (שמועס | ביישטייערונגען) (דרעפט)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

די רוי געביט איז א צייטוויליגער געביט אין המכלול, וואו עס זענען פלאצירט געווארן אלע אימפארטירטע וויקיפעדיע ארטיקלען, ביז זיי ווערן איבערגעשריבן אויף המכלול. די געביט איז פונאנדערגעשיידט פון די הויפט געביט מיט א מערקבארע הונטערגרונט קאליר, און לינקען וועלכע פירן אהין זענען גרין (אנשטאט בלוי, ווי אנדערע אינערליכע פארבינדונגען) מיט א העל-בלויע הונטערגרונט.

איר ציל

ביים גרינדן המכלול זענען אלע ארטיקלען פון יידישע וויקיפעדיע אימפארטירט געווארן צו המכלול. די סיבות דערצו רעכנט אריין:

  1. צו האבן א שטיקל באזיס פון אינפארמאציע, און עס זאל נישט זיין עפעס אויף יידישע וויקיפעדיע וואס איז נישט צוטריטליך אויף המכלול.
  2. שנעלע צוטריט צו אינפארמאציע דורך אינערליכע פארבינדונגען אין המכלול ארטיקלען, און פארמינערן די צאל רויט-לינקען.