רוי:רבי יעקב יוסף האלבערשטאם

פון המכלול
ווערסיע פון 19:01, 8 יאנואר 2023 דורך בוט העברות (שמועס | ביישטייערונגען) (בוט העברות האט באוועגט בלאט יעקב יוסף האלבערשטאם צו רוי:יעקב יוסף האלבערשטאם אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
רבי יעקב יוסף האלבערשטאם

רבי יעקב יוסף האלבערשטאם איז דער רב פון ביהמ"ד בית חיים יהושע אויף דער 17טער גאס אין בארא פארק. ער איז דער פאטער פון רבי חיים יהושע האלבערשטאם אב"ד סאטמאר מאנסי.

ביאגראפיע

רבי יעקב יוסף איז א זון פון רבי חיים יהושע האלבערשטאם, א זון פונעם באבאווער רב רבי בן-ציון האלבערשטאם הי"ד., און פון מרת לאה, א טאכטער פון רבי ברוך האלבערשטאם פון קשאנאוו.

ער האט געהייראט מרת שרה א טאכטער פון הרב אהרן טייטלבוים.

ער איז יארן לאנג געווען ראש ישיבה פון דער באבאוו'ער מתיבתא אין בארא פארק, דערנאך איז ער געווארן רב אין דער באבאווער קריה אין בת ים. שפעטער איז ער צוריק געקומען וואוינען אין בארא פארק וואו ער האט געעפנט זיין אייגענעם ביהמ"ד.

זיין ברודער איז רבי ברוך דוד האלבערשטאם, דער סארוואשער רב אין בארא פארק.

זעט אויך

רעפערענצן

וועבלינקען

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!