רוי:רבי יעקב יוסף האלבערשטאם

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
רבי יעקב יוסף האלבערשטאם

רבי יעקב יוסף האלבערשטאם (געבוירן י"ב כסלו תרצ"ח) איז דער רב פון ביהמ"ד בית חיים יהושע אויף דער 17טער גאס אין בארא פארק. ער איז דער פאטער פון רבי חיים יהושע האלבערשטאם אב"ד סאטמאר מאנסי.

ביאגראפיע

רבי יעקב יוסף איז געבוירן אין באבוב, גאליציע[1] צו רבי חיים יהושע האלבערשטאם, א זון פונעם באבאווער רב רבי בן-ציון האלבערשטאם הי"ד., און פון מרת לאה, א טאכטער פון רבי ברוך האלבערשטאם פון קשאנאוו.

ער האט געהייראט מרת שרה א טאכטער פון הרב אהרן טייטלבוים.

ער איז יארן לאנג געווען ראש ישיבה פון דער באבאוו'ער מתיבתא אין בארא פארק, דערנאך איז ער געווארן רב אין דער באבאווער קריה אין בת ים. שפעטער איז ער צוריק געקומען וואוינען אין בארא פארק וואו ער האט געעפנט זיין אייגענעם ביהמ"ד.

זיין ברודער איז רבי ברוך דוד האלבערשטאם, דער סארוואשער רב אין בארא פארק.

רעפערענצן

  1. שלמה ניימאן, "אשרי ילדותינו: די קינדער יארן פון אונזערע רבי'ס", קינדער שריפט 235, סוכות תשפ"ד, עמ' 58

דרויסנדיגע לינקס

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!