מוסטער:אין די נייעס
- בד"ה: א פליגער מיט צוויי פרומע אידן האט געקראכט אין וועסטשעסטער קאונטי.
- די סופרים קאורט אין מדינת ישראל האט געאורטיילט אז ארי' דרעי, פירער פון די ש"ס פארטיי, טאר נישט דינען אלס מיניסטער, נאכן זיך דערקלערן שולדיג אין פינאנציעלע מיסברויכן פארגאנגענע יאר.
- אין א קראַך פון א יעטי לופטליניעס פּאסאזשיר פליגער (עראפלאן אין בילד) וואס איז געפארן פון קאטמאנדו אין נעפּאַל, זענען אלע 72 מענטשן דערויף גע'הרג'עט געווארן.
- שטיצער פון געוועזענער בראזיליאנער פּרעזידענט דזשאַיר באָלסאָנאַראָ באפאלן די נאציאנאַלע קאָנגרעס, די העכסטע פעדעראלע געריכט, און די פּאַלאַסיאָ דאָ פּלאַנאַלטאָ אין בראזיליא.
- רעפובליקאנער קעווין מעקאַרטי איז ערוויילט רעדנער פון די פאראייניגטע שטאטן הויז פון רעפּרעזענטאַטן (נידריגער פליגל פונעם קאנגרעס) נאָך פופצן רונדעס פון אָפּשטימונג, די מערסטע רונדעס זינט 1860, איבערנעמענדיג דעמאקראטישע נענסי פעלאסי.
נפטר געווארן: רבי שמעון בעדני (עב'), רבי חנוך ערנטרוי, רבי שלום כהן, רבי יצחק טוביה ווייס