רוי:גראוויטאציע
כח המשיכה אדער גראוויטאציע איז א באגריף אין מעכאניק וואס באצײכנט א גרונדענעם כח וואס די וועלט פארמאגט צו ציען אלע מאסן אײַנער צום אנדערן, יעדע זאַך, ווי גרעסער אדער נענטער אַלס מער, ציעט זיך צוזאמען.
דאָס איז דער סוד וואָס האַלט אַלעס אַראָפּ צו דער ערד. מענטשן קענען דורך דעם שטיין, חפצים האַלטן זיך בײַם אָפּגרינד, און די גאַנצע וועלט מיט אַלע אירע פּלאַנעטן האַלטן זיך אין אָרביט ציענד פון דעם קראַפט.
דער ערפינדער פון דעם "אוניווערסיאלע חוק פון גראוויטאציע" איז געווען דער בארימטער פיזיקער אייזיק ניוטאן.
גראוויטאציע לפי ניוטאן
דער מקור פון אונדזער פארשטאנד פון גראוויטאציע, האט זיך אנגעהויבן מיט אייזיק ניוטאן אין זיין באקאנטן בוך פרינקיפיא אין יאהר 1687.
ניוטאן האט אויסגעארבעט אז אלע זאכן האבן א כח וואס ציען זיך איינער צום אנדערן. די שטארקייט פון די קראפט ווענט זיך אויף ווי גרויס דער זאך איז (דאס רופט מען אן מאַסע) און ווי ווייט אוועק די זאך איז. למשל, א מענטש האט אויך אזא כח אויף אנדערע זאכן, נאר עס איז זייער קליין און מ'באמערקט דאס נישט. א גרויסע מאַסע אזוי ווי דער ערד-פלאנעט (אונדזער וועלט) האט א באמערקבארער גראוויטאציע־קראפט אויף אלעם וואס איז נאנט צו אים.