רוי:ניוט גינגריטש

פון המכלול
ווערסיע פון 20:17, 5 דעצעמבער 2022 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – " מיי " ב־" מאי ")
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
נוט גינגריטש אין יאנואר 2012

נוטאן לערוי גינגריטש (געב' 17טן יוני, 1943) איז אן אמעריקאנער פאליטיקאנט, א געוועזענער קאנגרעסמאן פון דעם שטאט דזשארדזיע.

ער איז ברייט באקאנט פארן פירן די רעפובליקאנער פארטיי, אין 1994, צו א מאיאריטעט אין דער אמעריקאנער קאנגרעס, נאך 40 יאר זיין אין די מינאריטעט, ער איז דאן געווארן דער 58סטער ספיקער פון דעם קאנגרעס הויז.

נאך יאר פיר זיין דער ספיקער האט ער רעזיגנירט צוליב עטישע אויספארשונגען.

גינגריטש איז געבוירן אין דרום־צענטראלער פענסילוועניע. ער האט חתונה געהאט דריי מאל; ער האט צוויי פארהייראטע טעכטער פון זיין ערשטער פרוי.

זיין יעצטיגע פרוי איז קעליסטע ביסעק, יונגער פון אים מיט 30 יאר.

נוט גינגריטש איז האט אין מאי 2011 געמאלדן אז ער איז א קאנדידאט אין די רעפובליקאנער פריימעריס צו ווערן דער רעפובליקאנער קאנדידאט אין די 2012 פרעזידענט וואלן. ער האט זיך ארויסגעצויגן פין דעם פארמעסט אפריל 2012 צוליב זיין שוואכער סוקסעס.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!