רוי:חופשת קיץ

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
טעקע:306.gif.jpg
א בילד פונעם פילם

חופשת קיץ (ענגליש: My Father My Lord, ייִדיש: מיין פאָטער, מיין האַר) איז דער נאמען פון א דראמאטישן מדינת ישראל'דיגן פילם וואס דערציילט איבער דעם חרדישן ליטווישן לעבן. די הויפט אקטיארס זענען אסי דיין וואס שפילט ווי דער ראש ישיבה, שרון הכהן בר שפילט ווי זיין ווייב, און אילן גריף שפילט ווי זייער קינד. דער רעזשיסאר פון דעם פילם איז דוד וולך.

די פרעמיערע אויפפירונג פון דעם פילם איז דערשינען דעם 13טן אקטאבער 2006 ביים חיפה קינא פעסטיוואל פארמעסטונג. אויך איז דער פילם דערשינען אין טרייבעקא קינא פעסטיוואל-פארמעסט אין טרייבעקא, ניו יארק אנטקעגן אנדערע 17 פילמען.

דער פילם ביי דער פארמעסטונג

דער פילם האט זיך מיטגעטיילט ביים פארמעסטונג אין "חיפה קינא פעסטיוואל". און די ריכטערס האבן דאס באלוינט אלס די בעסטע פילם, און האבן געשיינקט פאר דער רעזשיסאר "דוד וולך" א סומע פון 30,000 שקל, אבער רוב צוזעער האבן אויסגעקליבן דאס פילם "תנועה מגונה" ווי די אויסדערוועלטע פילם פון דער פעסטיוואל.

אויך ביי דער טרייבעקא-קינא-פעסטיוואל-פארמעסטונג איז דאס באלוינט געווארן ווי דער בעסטער דערציילערישער פילם, און האבן געשיינקט פאר דעם רעזשיסאר "דוד וולך" א סומע פון 50,000 דאלאר.

וועבינקען

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!