רוי:וויעטנאם

פון המכלול
ווערסיע פון 01:21, 6 יאנואר 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "יקונג" ב־"יגונג")
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

‫‫

סאָציאַליסטישע רעפובליק פון וויעטנאַם
Cộng Hòa Xã Hội Chủ Nghĩa Việt Nam
פאן וויעטנאַם
סימבאָל וויעטנאַם
פאָן הערב
נאַציאָנאַלע זינגליד:
אָרט פון וויעטנאַם
קאָנטינענט אזיע
אָפיציעלע שפּראַך וויעטנאמעזיש
הויפּטשטאָט האנוי 21°2′N 105°51′E / 21.033°N 105.850°E / 21.033; 105.850 מאפעס, בילדער פון דער הייעך און נאך אינפארמאציע אויף דעם ארט
גרעסטע שטאָט הא טשי מין שטאט
רעגירונג סאָציאַליסטישע רעפובליק
פרעזידענט
פּרעמיער מיניסטער
טרואָנג טאַן סאַנג
נוייען טיי דאנג
גרינדונג דאַטום
פלאַך מאָס
וועלט גראַדונג פלאַך
פּראָצענט וואַסער
331,210 קוואַדראַט ק"מ
65
6.4
באַפעלקערונג
- צאָל
- וועלט גראַדונג
- ענגקייט

92,477,857 (יולי 2013)

272 מענטשן פאַר אַ ק"מ
פּראָדוקט ווערדע $320,500 מיליאן
וואַלוטע דאנג
צייט זאָנע UTC+7
אינטערנעט דאָמען vn.
טעלעפאָן קאָד 84+

וויעטנאַם (וויעטנאמעזיש: Việt Nam מוסטער:IPA-vi), אפיציעל די סאציאליסטישע רעפובליק פון וויעטנאם (וויעטנאמעזיש: Cộng hòa xã hội chủ nghĩa Việt Nam), איז דאס מערסט מזרחדיקע לאנד אויף דעם אינדאכינע האלבאינזל אין דרום-מזרח אזיע. מיט א געשאצטע 92.7 מיליאן באוואוינער אין 2016, איז ער דאס פערצנט-מערסט-באפעלקערטע לאנד אין דער וועלט, און דאס ניינט מערסט באפעלקערטע לאנד אין אזיע. וויעטנאם גרעניצט כינע צו צפון, לאאס צו צפון־מערב, קאמבאדיע צו דרום־מערב, טיילאנד אריבער דעם איינגאס פון טיילאנד צו דרום־מערב, און די פיליפינען, מאלייזיע און אינדאנעזיע אריבער דעם דרום כינע ים צו מזרח און דרום־מזרח. (דער דרום כינע ים ווערט גערופן אין וויעטנאם דער מזרח ים Biển Đông).[1] די הויפטשטאט איז האנוי זייט דער פאראייניגונג פון צפון און דרום וויעטנאם אין 1976, און די גרעסטע שטאט איז הא טשי מין שטאט. עס איז אויך די שטאָט פון דא נאנג, ליגן אין דעם צענטער פון וויעטנאם.

די נאציאנאלע מענטשן אין וויעטנאם איז וויעטנאמעזער.

דער קראַנטער פּרעזידענט פון וויעטנאַם איז טרואָנג טאַן סאַנג.

דער צפונדיקער טייל פון וויעטנאם איז געווען א טייל פון אימפערישער כינע מער ווי טויזנט, פון יאר 111 פאר דער ציווילער רעכענונג ביז יאר 939, ווען די וויעטנאמעזער האבן אויפגעשטעלט אן אומאפהענגיגע מדינה נאך זייער נצחון אין דער קאמף פון טייך באך. נאכאנאנדע וויעטנאמעזער דינאסטיעס האבן געהערשט אויף א פארגרעסערטן וויעטנאם ביז פראנקרייך האט קאלאניזירט דעם אינדאכינע האלבאינזל אינעם 19טן יארהונדערט. נאך דער יאפאנעזישער אקופאציע אין די 1940ער יארן האבן די וויעטנאמעזער געקעמפט קעגן פראנצויזישער הערשאפט אין דער ערשטער אינדאכינע-מלחמה, ביז אין 1954 האבן זיי אינגאנצן פארטריבן די פראנצויזן. דערנאך איז וויעטנאם געווען צעטיילט אין צוויי קאנקורענט לענדער, צפון וויעטנאם (אפיציעל די דעמאקראטישע רעפובליק פון וויעטנאם), און דרום וויעטנאם (אפיציעל די רעפובליק פון וויעטנאם). נאך א לאנגע מלחמה צווישן די צוויי שטאטן האט צפון וויעטנאם געזיגט אין 1975.

וויעטנאם איז היינט א מיטגליד אין דער וועלט האנדל אריגאניזאציע, זייט 2007.

היסטאריע

וויעטנאם איז שוין געווען באפעלקערט אין דער שטיין עפאכע.

בערך 1000 יאר פאר דער ציווילער עפאכע האט מען אנטוויקלט קולטיוואציע פון רייז אין די פלייצפלוינען פונעם טייך מא און דער רויטן טייך, און עס האט געבליעט א קולטור פון מאכן בראנדזע פויקן. אין דער תקופה האבן אנגעהויבן די פריערדיגע קעניגרייכן פון וואן לאנג און אוי לאק, און די קולטור האט געשפרייט צו אנדערע ערטער אין דרום־מזרח אזיע.

פון 200 יאר פאר דער ציווילער עפאכע ביז יאר 938 איז דער צפון טייל פון היינטיגן וויעטנאם געווען אונטער כינעזישער הערשאפט. צווישן די יארן 544 און 602 איז דאס לאנד געווען אומאפהענגיג מיטן נאמען וואן קואן אונטער דער אנטעריאר לי דינאסטיע.

פאליטיק

די סאציאליסטישער רעפובליק פון וויעטנאם איז, צוזאמען מיט כינע, לאאס און קובא, איינער פון דער וועלט'ס פיר איין-פארטיי לענדער וואס האלטן זיך אפיציעל קאמוניסטיש.

לעגיסלאטור

די נאציאנאלע זאמלונג פון וויעטנאם איז די איין־קאמער לעגיסלאטור פונעם לאנד, און באשטייט פון 498 מיטגלידער. זי ווערט געפירט דורך א פארזיצער, און ווערט פאררעכענט העכער פון סיי דעם עקזעקוטיוו צווייג און סיי דעם יוסטיץ־צווייג. אלע מיניסטארן פון דער רעגירונג ווערן גענומען פון די מיטגלידער פון דער נאציאנאלער זאמלונג.

עקזעקוטיוו

וויעטנאמעזער פרעזידענט טראן דיי קוואנג מיטן רוסישן פרעזידענט וולאדימיר פוטין, דעם 19טן נאוועמבער 2016

דער פרעזידענט פון וויעטנאם איז דער אפיציעלער ראש־מלוכה און אויך, אין נאמען, הויפט־קאמאנדיר פון די מיליטער, און דינט ווי פארזיצער פונעם ראט פון העכסטע פארטיידיגונג און פארזיכערונג. דער פרעמיער מיניסטער פון וויעטנאם איז דער רעגירונגס־הויפט, און פירט דעם מיניסטארן־ראט וואס באשטייט פון דריי וויצע־פרעמיער מיניסטארן און די הויפטן פון 28 מיניסטעריומס און קאמיסיעס.

געזונט

ווינמעק אינטערנאציאנאלער שפיטאל אין האנוי.

אין 2009, איז וויעטנאמ'ס נאציאנאלע לעבנס-ערווארטונג געשטאנען ביי 76 יאר פאר ווייבער און 72 פאר מענער,[2] און די זייגקינדער-שטארביקייט ראטע איז געווען 12 פון 1,000 לעבעדיגע געבורטן.[3] ביז 2009, 85% פון דער באפעלקערונג האבן געהאט צוטריט צו פארבעסערטע וואסער קוואלן.[2] נישט-דערשפייזטקייט איז דאך גאנץ פארשפרייט אין די דארפישע פראווינצן.[4] אין 2001, איז דער רעגירונג'ס ארויסגאב פאר געזונט געווען נאר 0.9% פון וויעטנאמ'ס ברוטא אינלענדישן פראדוקט (בא"פ), מיט סובווענצן פון דער מדינה וואס דעקן נאר 20% פון געזונט-פארזארג הוצאות.[5]

אין 1954, האט צפון וויעטנאם געגרינדעט א קהל געזונט סיסטעם וואס האט דערגרייכט ביז די קליינטשיקע דערפער.[6] נאך דער נאציאנאלע ווידער-פאראייניגונג אין 1975, האט מען אויפגעשטעלט א נאציאנאלע געזונט-דינסט. אין די סוף 1980s, האט די קוואליטעט פון געזונט-פארזארג פארמינערט אין א געוויסן מאס וועגן פינאנץ באגרעניצונגען, א רוק פון אחריות צו די פראווינצן, און דאס אריינפירן אפצאלן. ווייניג פינאנץ האט גורם געווען א מאנגל פון שוועסטערן, אקושערקעס און שפיטאל בעטן. אין 2000, האט וויעטנאם געהאט נאר 250,000 שפיטאל בעטן, ד"ה 14.8 בעטן פאר 10,000 מענטשן, לויטן וועלט באנק.[5]

זייט די אנהייב 2000ער יארן, האט וויעטנאם פראגרעסירט גאנץ שיין קעגן מאלאריע, און די שטארבקייט ראטע פון מאלאריע איז געפאלן צו בערך 5% פון דער צאל אין די 1990ער יארן ביז 2005, נאך ווען דאס לאנד האט איינגעפירט פארבעסערטע קעגן-מאלאריע מעדיקאמענטן און באהאנדלונג. פעלער פון טובערקולאז, אבער, שטייגן, מיט א באריכט פון 57 טויטן א טאג אין מאי 2004. היינט האט מען אן אינטענסיוון וואקסינירונג פראגראם, בעסערע היגיענע און מיט אויסלענדישער הילף, האפט וויעטנאם צו פארמינירן גאנץ שארף די צאל פון טובערקולאז פעלער און יעריגע נייע טובערקולאז אינפעקציעס.[5]

קולטור

וויעטנאמ'ס קולטור האט זיך אנטוויקלט ווערנט די יארהונדערטער פון דער הי-געוואקסענער אוראלטער דאנג סאן קולטור. טייל עלעמענטן פון דער נאציאנאלער קולטור שטאמען פון כינעזישע מקורות, ציענדיק אויף עלעמענטן פון קאנפוציאניזם און טאאיזם אין זיין טראדיציאנעלער פאליטישער סיסטעם און פילאזאפיע. מען זעט אויך דעם איינפלוס פון אימיגראנטע פעלקער – ווי די קאנטאנעזער, האקא, האקיען און היינאן קולטורן – און די נאציאנאלע רעליגיע פון בודהיזם איז שטארק ארומגעוויקלט מיט פאפולערער קולטור. אין די לעצטיגע יארהונדערטער זענען מערבדיקע קולטורן, ספעציעל פראנקרייך און די פאראייניגטע שטאטן, געווארן קענטיג אין וויעטנאם.

אין דער מאדערנער תקופה, איז דאס קולטור-לעבן פון וויעטנאם געווארן שטארק באאיינפלוסט דורך די רעגירונגס-קאנטראלירטע מידיע און קולטורעלע פראגראמען. דורך א סך יארצענדליגער האט מען אויסגעמיטן פרעמדע קולטורערע השפעות – ספעציעל די פון מערבדיגע מקורות. זייט די 1990ער יארן, אבער, האט וויעטנאם געזען א גרעסערע אויסגעשטעלטקייט צו דרום־מזרח אזיאטישע, אייראפעאישע און אמעריקאנישע קולטור און מידיע.[7]

מידיע

וויעטנאמ'ס מידיע סעקטאר ווערט רעגולירט דורך דער רעגירונג לויטן 2004 געזעץ וועגן פארעפנטלעכונג.[8] מען דערקענט אז דער מידיע סעקטאר אין וויעטנאם ווערט קאנטראלירט דורך דער רעגירונג צו פאלגן די אפיציעלע שיטה פון דער קאמוניסטישער פארטיי, אבער טייל צייטונגען זענען פארהעלטנווייז אפן־הארציג.[9] דער קול פון וויעטנאם איז די אפיציעלע שטאַט געפירטע נאציאנאלע טראנסמיסיע באדינונג. וויעטנאם טעלעוויזיע איז די נאציאנאלע טעלעוויזיע טראנסמיסיע פירמע.

זייט 1997 רעגולירט וויעטנאם צוטריט צו דער אינטערנעץ, סיי דורך געזעצן סיי דורך טעכנישע מיטלען. וויעטנאם ווערט גערעכנט איינער פון 15 "אינטערנעץ פיינט",[10] וואס בלאקירט פיל פאליטישע און רעליגיעזע וועבזייטלעך.[11]

רעפערענצן

  1. "China continues its plot in the East Sea". Vietnamnet News. ‏10טן דעצעמבער 2012. Retrieved 16טן‏ פעברואר 2013. {{cite web}}: Check date values in: |accessdate= and |date= (help)
  2. 2.0 2.1 Pocket World in Figures. The Economist. 2009. ISBN 978-1-84668-123-3.
  3. "Mortality rate, infant (per 1,000 live births)". וועלט באנק. 2008. Retrieved ‏13טן סעפטעמבער 2010. {{cite web}}: Check date values in: |accessdate= (help)
  4. "Tackling child malnutrition in rural Vietnam". Plan Vietnam. 2008. Retrieved ‏9טן יולי 2013. {{cite web}}: Check date values in: |accessdate= (help)
  5. 5.0 5.1 5.2 Vietnam country profile (PDF). Library of Congress Federal Research Division. דעצעמבער 2005. דערגרייכט דעם 9טן יולי 2013. This article incorporates text from this source, which is in the public domain.
  6. "Med School Professor Praises North Vietnam's Medical Care". The Harvard Crimson. ‏13טן דעצעמבער 1972. Retrieved ‏31סטן יאנואר 2013. {{cite web}}: Check date values in: |accessdate= and |date= (help)
  7. "Vietnam's cultural integration seen by researchers". Voice of Vietnam. ‏7טן דעצעמבער 2012. Retrieved ‏24סטן דעצעמבער 2012. {{cite web}}: Check date values in: |accessdate= and |date= (help)
  8. "Law on Publication (No. 30/2004/QH11 of 3 דעצעמבער 2004)". Ministry of Justice. Retrieved ‏21סטן סעפטעמבער 2011. {{cite web}}: Check date values in: |accessdate= (help)
  9. "Muting the Messengers: Vietnam's Press Under Pressure", The Economist (London) (15 טן יאנואר 2009). דערגרייכט דעם 17 טן יאנואר 2009. 
  10. OpenNet Initiative (‏9טן מאי 2007). "Country Profile: Vietnam". Retrieved ‏15סטן יולי 2008. {{cite web}}: Check date values in: |accessdate= and |date= (help)
  11. "OpenNet Initiative Vietnam Report: University Research Team Finds an Increase in Internet Censorship in Vietnam", Berkman Center for Internet & Society at Harvard University (‏5טן אויגוסט 2006). דערגרייכט דעם ‏15סטן יולי 2008. 


אַזיע-לענדער 
אוזבעקיסטאן · אזערביידזשאן · אינדאנעזיע · אינדיע · איראק · איראן · אָמאַן · אפגאניסטאן · ארמעניע · בהוטאן · באכריין · באנגלאדעש · ברוניי · גרוזיע · דרום קארעא · וויעטנאם · טאדזשיקיסטאן · טורקמעניסטאן · טיילאנד · טערקיי · יאפאן · ירדן · מדינת ישראל · כינע · לאַאָס · לבנון · מאלדיוון · מאלייזיע · מאנגאליע · מזרח טימאר · מיאנמאר · נעפאל · סאודי אראביע · סיריע · סינגאפור · סרי לאנקא · פאקיסטאן · פאראייניגטע אראבישע עמיראטן · פיליפינען · ציפערן · צפון קארעא · קאזאכסטאן · קאטאר · קאמבאדיע · קואווייט · קירגיזסטאן · רוסלאנד · תימן

מוסטער:אזיע-געא-שטומף

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!