רוי:גריצע

פון המכלול
ווערסיע פון 15:54, 8 דעצעמבער 2022 דורך בוט צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (טשעקטי און אנדערע רייניגונג, typos fixed: יידן ← אידן)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
גריצע
Grójec
POL Grójec COA.svg
Grojec Gloria Victis 01.jpg
הויפט פלאץ, מיט מאנומענט צו קרבנות פונעם צווייטן וועלט קריג
מדינה / טעריטאָריע Flag of Poland.svg פוילן
גרינדונג דאַטע 11טער יארהונדערט
קאָאָרדינאַטן 51°52′N 20°52′E / 51.867°N 20.867°E / 51.867; 20.867 מאפעס, בילדער פון דער הייעך און נאך אינפארמאציע אויף דעם ארט
וואיעוואדעשאפט מאזאוויע
דיסטריקט גריצער דיסטריקט
בירגערמייסטער יאַצעק סטאלאַרסקי
שטח 8.52 קוואדראט ק"מ
הייך 153 מעטער

 ‑ אין שטעטל
 ‑ באַפעלקערונג ענגקייט

14,990‏  (שטייענדיג 2006)
1,800 באוואוינער א ק"מ2
צייט זאָנע UTC+1
http://www.grojecmiasto.pl

גריצע (פּויליש: Grójec; רוסיש: Груец גרויעץ) איז א שטעטל אין פוילן, 42 ק"מ דרום פון ווארשע. עס איז די הויפטשטאט פונעם גריצער דיסטריקט, מאזאוויער וואיעוואדעשאפט, און זי באדעקט א שטח פון 8.52 קוואדראט ק"מ. אין 2004 האט גריצע געהאט 14,875 איינוואוינער.

געאגראפיע

גריצע געפינט זיך מערב פונעם ווייסל, אויף דער ווארשע-ראדעם-קעלץ-קראקע שאסיי, 42 ק"מ פון ווארשע און 56 ק"מ פון ראדעם.

יידישע קהילה

די יידישע קהילה פון גריצע ווערט דערמאנט אינעם פינקס פון דעם וועד ארבע ארצות אין 1754. אין 1810 האבן געוואוינט אין גריצע 150 יידישן אין א באפעלקערונג פון 600.

די יידישע באפעלקערונג פון גריצע האט געציילט 3,723 איינוואוינער אין 1827, און 4,922 אין 1921.[1] ווען פוילן איז געווארן זעלבשטנעדיק אין 1918, זענען 70% פון די איינוואוינער פון גריצע געווען אידן.

ביי דער צווייטער וועלט מלחמה האבן די נאציס אויפגעשטעלט אין גריצע א יידישע געטא. סעפטעמבער 1942 האבן זיי ליקווידירט די געטא, און די 6,000 איינוואוינער האט מען אריבערגעפירט אין דער ווארשעווער געטא. פון דארט זענען כמעט אלע אומגעקומען אין טרעבלינקע.


באוואוסטע מענטשן פון גריצע

רעפערענצן

  1. "גריצע", אויף "JewishGen" (ענגליש)
  • מגילת גריצע, י.ב.אלטערמאן

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!