רוי:בארג ראריימע
בארג ראריימע (שפאניש: Monte Roraima [ˈmonte roˈɾaima], אויך באקאנט ווי Tepuy Roraima און Cerro Roraima; פארטוגעזיש: Monte Roraima [ˈmõtʃi ʁoˈɾajmɐ]) איז דער העכסטער פון דער פאקאריימע בארגקייט פון טעפואי פלאטאס אין דרום אמעריקע.[4]:156 דער בארג איז געווארן באשילדערט ערשט דורכן ענגלישן אויספארשער סיר וואלטער ראלי אין 1596; זיין 31 ק"מ2 שפיץ שטח[4]:156 איז ארומגענומען אויף אלע זייטן מיט פעלדזן הויך 400 מעטער. דער בארג דינט ווי דער דרייפאכיגער גרעניץ פונקט פון ווענעזועלע (85% פון זיין טעריטאריע), גייאנע (10%) און בראזיל (5%).[4]:156
דער העכסטער פונקט אין גייאנע און דער העכסטער פונקט פונעם בראזיליאנעם שטאַט ראריימע ליגן אויפן פלאַטא, אבער ווענעזועלע און בראזיל האבן ערגעץ אנדערש העכערע בערג. דער דרייפאכיגער גרעניץ פונקט איז ביי 5°12′08″N 60°44′07″W / 5.20222°N 60.73528°W , אבער דער העכסטער פונקט פון בארג איז מאוועריק שטיין, 2,810 מעטער, ביים דרום עק פונעם פלאטא און גאנץ אין ווענעזועלע.
פלאנצן און בעלי חיים
א גרויסער טייל פון די זגאלן וואס געפינען זיך אויף ראריימע זענען איינציק צום פלאטא.[5] פלאנצן ווי למשל קרוגפלאנצן (Heliamphora), Campanula (א גלאקבלום), און דער זעלטענער Rapatea העדער זענען ברייט געפונען א אויפן אראפהאנג און שפיץ.[4]:156–157 עס רעגנט כמעט יעדן טאג פון יאר. דער אייבערפלאך פונעם שפיץ איז בלויז זאמדשטיין, מיט ווייניק קוסטן (Bonnetia roraimœ) און אלגעס.[3]:517[1]
עס זענען פאראן פיל ביישפילן פון איינציק בעלי חיים אויף בארג ראריימע. Oreophrynella quelchii, אפט גערופן דער ראריימע קוסט ראפוכע, איז א טעגליכע ראפוכע וואס געפינט זיך מערסטנס אויף אפענע שטיין אייבערפלאכן און קשאק־באדן. זי איז א זגאל ראפוכע אין דער פאמיליע Bufonidae[2].
רעפערענצן
- ↑ Clementi (née Eyres), Marie Penelope Rose (December 1916), "A Journey to the Summit of Mount Roraima", The Geographical Journal (London, England, U.K.: Blackwell Publishing, on behalf of the Royal Geographical Society, with the Institute of British Geographers) 48 (6): 456–473, doi:10.2307/1779816, ISSN 0016-7398, JSTOR 1779816, OCLC 1570660,
The summit is covered with enormous black boulders, weathered into the weirdest and most fantastic shapes.
- ↑ Hoogmoed, Marinus. IUCN Red List of Threatened Species. Oreophrynella quelchii.. IUCN 2012. דערגרייכט דעם 13טן דעצעמבער 2012.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!