רוי:אום על פאכעם
|
אום על פאַכעם (אַראַביש: أمّ الفـَحـْم), איז א שטאָט אין חיפה דיסטריקט אין מדינת ישראל. לויטן צענטראלן ביורא פאר סטאטיסטק, האט די שטאט 46,600 איינוואוינער, זי איז דעקלערט געווארן אלס שטאט, אין 1984, איר שטח איז גרויס 22,253 דונאם די יערליכע וויקס ראטע האלט ביי 2.7 פראצענט א יאר, רוב איינוואוינער זענען מוסלמענער.
דער נאמען פחם מיינט אויף אַראַביש, און העברעיש, קוילן, די שטאט איז געווען באוואוסט, אלס האנדלס-צענטער פאר קוילן פאר הייצונג.
ביי דעם זעלבסטשטענדיגקייט קריג, איז אום על פאכעם געווען א דארף, מיט 4,500 איינוואוינער, און די איראקע ארמיי איז דארט געווען, לויט די וואפן שטילשטאנד צווישן מדינת ישראל און ירדן, איז דאס דארף אריבער צו מדינת ישראל, און די איינוואוינער האבן באקומען מדינת ישראל בירגערשאפט.
זי איז דער צענטער פון דער "איסלאמישער באוועגונג אין מדינת ישראל", און די שטאט איז באוואוסט, פאר אירע עקסטרעמיסטישע אנשויאונגען, ביי דער על אקצא אינטיפאדע, האבן זיך די ראיאטן אנגעפאנגען דארט, אויף א שאסיי וואס פירט פון חדרה, קיין עפולה, ארויף צום גליל.
זי איז א צענטראלע שטאט אין דער געגנט, וואס ציט אסאך קונדן, און איז באוואוסט מיט איר מעבל, איבערן גאנצן לאנד.
חיפה דיסטריקט | ||
---|---|---|
גראפנשאפטן | ||
שטעט | אום על פאכעם · אור עקיבא · באקא על-גארביע · חדרה · חיפה · טירת כרמל · נשר · קרית אתא · קרית ביאליק · קרית ים · קרית מוצקין | |
לאקאלע ראטן | בנימינה-גבעת עדה · בסמ"ה · ג'סר א-זרקא · ג'ת · דלית אל-כרמל · זכרון יעקב · כפר קרע · מעלה עירון · עספיא · ערערה · פוריידיס · פרדס חנה-כרכור · קציר-חריש · קרית טבעון · רכסים | |
ראיאנראטן |
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!