רוי:חיים אדלער

פון המכלול
ווערסיע פון 10:30, 23 דעצעמבער 2022 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "אלבאמ" ב־"אלבומ")
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
דער חזן חיים אדלער

חיים אדלער (געב' כ"ג תשרי ה'ת"ש) איז דער הויפט חזן פון דער גרויסער שול אין ירושלים.

לעבנסגעשיכטע

אדלער איז געבוירן אין תל אביב צו זיין פאטער צבי אדלער, א מתפלל אין דער גרויסער שול אין תל אביב. אלס אינגל פלעג ער זינגען אין דעם כאר (קאפעלע) פון שלמה ראוויץ. ער האט זיך אויסגעלערנט חזנות ביים חזן לייב גלאנץ. אדלער האט געלערנט אין דער חברונער ישיבה. ער האט חתונה געהאט מיט שושנה העלפגאט (די מומע פונעם חזן יצחק מאיר העלפגאט). ער איז א גערער חסיד.

ער איז געווען חזן אין דער איחוד שיבת ציון שול אין תל אביב, אין דער יונגער ישראל שול אין פארעסט הילס אין ניו יארק סיטי, און הויפט חזן אין דער גרויסער שול אין תל אביב. אין תשס"ט איז ער באשטימט געווארן הויפט חזן אין דער גרויסער שול אין ירושלים, נאך דעם וואס נפתלי הערשטיק האט פארלאזט דעם אמט.

אדלער ווערט גערעכנט פון די בעסטע לעבעדיגע חזנים. ער האט ארויסגעגעבן עטלעכע אלבומען פון זיינע געזאנגען.

וועבלינקען

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!