רוי:מעקסיקע שטאט

פון המכלול
ווערסיע פון 08:38, 30 נאוועמבער 2022 דורך שרגא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "\{\{\#אייגנשאפט\:p\d+\}\}↵" ב־"")
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
מעקסיקע שטאט
Ciudad de México
Flag of Mexico City.svg Coat of arms of Mexican Federal District.svg
מדינה / טעריטאָריע Flag of Mexico.svg מעקסיקא
קאָאָרדינאַטן 19°26′N 99°08′W / 19.433°N 99.133°W / 19.433; -99.133 מאפעס, בילדער פון דער הייעך און נאך אינפארמאציע אויף דעם ארט
שטח 1,485 קוואדראט ק"מ

 ‑ אין שטאָט

9,209,944‏  (שטייענדיג 2020)

מעקסיקע שטאָט (שפּאַניש: Ciudad de México) איז די הויפטשטאט און די גרעסטע שטאט אין מעקסיקע. זי איז אויך די גרעסטע שטאט אין די אמעריקעס לויט באפעלקערונג, נאך סעאל און טאקיא. זי געפינט זיך אין דעם טאל פון מעקסיקע, א גרויסער טאל אין די הויכע פלאטאען פון מעקסיקע, מיט א הייך פון 2240 מעטער. מעקסיקע שטאט איז איך דער פעדעראלער דיסטריקט (Distrito Federal), דער זיצפלאץ פון דער פעדעראלער רעגירונג פון מעקסיקע.[1] מעקסיקע שטאט איז דער וויכטיגסטער פאליטישער, קולטורעלער און פינאנציעלער צענטער אין לאנד.

מעקסיקע שטאט איז איינער פון די וויכטיגסטע פינאנציעלע צענטערן אין צפון אמעריקע.[2]

קולטור

אין דער שטאט געפינען זיך מער ווי 160 מוזייען, 100 קונסט גאלעריעס און 30 קאנצערט זאלן. מעקסיקע שטאט געפינט זיך אין פערטן פלאץ אין דער וועלט, נאך ניו יארק, לאנדאן און טאראנטא, אין דער צאל פון טעאטערס אין דער שטאט. אסאך בילדער פונעם נאציאנאלן מעקסיקאנער מאלער דיעגא ריווערא זענען פארשפרייט אין נאציאנאלע אנשטאלטן (כולל דעם נאציאנאלן פאלאץ) און אין א צאל גאלעריעס ארום דער שטאט. ער מיט זיין ווייב פרידא קאהלא, וואס זי אויך איז געווען א באוואוסטע מאלערין, האבן געוואוינט אינעם קאיאקאן געגנט אין דרום טייל פון דער שטאט. זייער הויז, און א טייל פון די קונסט גאלעריעס און זאלן וואו די צוויי האבן געמאלט זענען אפן צום ברייטערן ציבור. נישט ווייט פון דארט איז דאס הויז פון לייב טראצקי, וואס איז דערמארדעט געווארן אין 1940 דורך די לאנגע ארעמען פון דער קאמוניסטישער רעגירונג אינעם סאוועטן פארבאנד, בהוראת סטאלין.

רעפערענצן

  1. ארטיקל 44 פון דער קאנצטיטוציע פון מעקסיקע
  2. "WFE - Member Exchanges". World-exchanges.org. 2003-04-01. Retrieved 2010-03-25.


דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!