רוי:Wi-Fi
Wi-Fi איז אַ האַנדל־מאַרקע (געגרינדעט 1999) פאַר פאַרשײדענע סטאַנדאַרטן פאַר פּראָדוקטן פון אָנשנוריק נעצװערקן (Wireless Networks) אין אַ לאָקאַלער תּחום, Wi-Fi איז באַזירט אױף דער 802.11 IEEE סטאַנדאַרט.
די Wi-Fi סטאַנדאַרטן דערלױבן פאַרשפּרײטן אַן אָנשנוריקע קאָמוניקאַציע נעצװערק וועלכע אין איר איז טראַנסמיטירט IP דאַטן פעק צװישן די פאַרשײדענע קאָנסומענטן אין אַ װייטקייט פון צענדליקער אָדער טױזנטער מעטערס. דער נאָמען Wi-Fi איז די קירצונג פון Wireless Fidelity װאָס באַדייט אָנשנוריק טרייהייט.
די Wi-Fi נעצװערק אַרבעט אין אײנע פון צװײ פאַלן: אד האק אדער אינפראַסטרוקטור (WAP). די ערשטע פאַל איז א ניט אַדמיניסטראַטיװע נעצװערק װעלכע אַלע קאָנסומענטן פאַרבינדן זיך צוזאַמען אָן קיין באַזונדערע אינפראַסטרוקטור. אין דער צװײטער פאַל איז די נעצװערק אָרגאַניזירט דורך א צוטריט פּונקט (WAP) אין אַלגעמײן קאָמבינירט מיט אַ רוטירער.
דער עיקר מעלה פון א Wi-Fi נעצװערק איז די פּשוטקייט פון צונױפשטעלן די נעצװערק אױסשטאַטונגען און איר ביליקייט. אַ סך שויס קאמפיוטערס װערן פאַרקױפט מיט אַן איינגעבױטע Wi-Fi קאַרטע.
װעבלינקען
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!