רוי:פארברענונג
פארברענונג איז דער נאָמען פון פיל כעמישע אָדער פיזיקאַלישע שטאָפן װאָם צינדען זיך אָן װען זײ קומען אין בארירונג מיט דער לופט. אַטײל פון זײ צינדן זיך אָן גלײך, און אַטײל נאָך אַ לענגערער צײט. אויפרייסונגען פּאַסירן זייער אָפט דורך די פון דעם ערשטען קלאַס. מען רופט דיעזען קלאַס טעכניש מיט דעם נאָמען: "ספּאָנטאַנע איגנאַציע". אַ הויפען מיסט איגנירט אָן אַ פלאַם, ער איז אינװענדיג הײס, און אױף דער אויסען קאַלט. מעטאַלען צוגיעסען זיך פריהער איידער זײ װערען איגנירט (רויט־הײס), אַ שטייגער װי בלײ, בלעך, און זינק. דאַגעגען אַײזען װערט איגנירט נאָך פיעל פריהער אײדער ער שמעלצט. דער אָנהױב פון איגניציע איז בײ 770 גראַד פאַרענ. ביז דעמאָלט איז ער רױט, איבער דיעזען גראַד ביז 1000 איז ער שױן װײס־הײם ביז ברילאַנט־װײס. בײ דער אָבקיהלונג פון געשמאָלצענעם אַײזען זעט מען אַלע קאָליערען ליכט.
קוואַלן
דער דאָזיגער אַרטיקל נעמט אַריין דעם טעקסט וואָס געפינט זיך אונטערן זוכוואָרט "איגניציע" אין דער אַלגעמיינער אילוסטרירטער ענציקלאָפעדיע (באַנד 2), וואָס איז היינט אינעם רשות-הרבים.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!