רוי:לייב ניידוס
לייב נײַדוס (1890, גראָדנע, איצט ווײַסרוסלאַנד – 1918, דאָרט) איז געווען א ייִדישער דיכטער. ער האָט דעביוטירט מיט אַ ליד אין וואַרשעווער "ראָמאַן-צייטונג" אין 1907. בײַם דיכטערס לעבן זענען דערשינען צוויי זײַנע לידער-זאַמלונגען - "ליריק" (ווילנע, 1915) און "די פלייט פון פּאַן" (גראָדנע, 1918). שוין נאָך זײַן טויט, אין 1919 איז אין זײַן געבורטס-שטאָט דערשינען זײַן דריטע לידער-זאַמלונג "אינטימע ניגונים". חוץ דער אָריגינעלער דיכטונג האָט לייב נײַדוס איבערגעזעצט אין ייִדיש אַ סך מוסטער-ווערק פון דער וועלט-ליטעראַטור, בתוכם לידער פון שאַרל באָדלער, עטגאַר פּאָ, היינריך היינע, יאָהאַן וואָלפגאַנג געטע, אלכסנדר פּושקין, מיכאַיִל לערמאָנטאָוו אא.).
לידער
פון זײַנע ביכער
- אַלע ווערק אין 5 בענדער, וואַרשע, 1923 – 1928.
- אויסגעקליבענע שריפטן, בוענאָס-אײַרעס, 1972
וועבלינקען
- אַן אַרטיקל וועגן לייב נײַדוסעס לעבן און שאַפונג (אויף ענגליש)
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!