רוי:יוסטאן באן סטאנציע

פון המכלול
ווערסיע פון 01:00, 25 נאוועמבער 2022 דורך שרגא (שמועס | ביישטייערונגען) (קרדיט + קטגוריות)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
יוסטאן נאציאנאלע באן לאנדאנער איבערגרונט
בילד

הויפט אריינגאנג אין 2009

(למפת צענטראל לאנדאן רגילה)
Open street map central london.svg|
 
}}
|
יוסטאן
יוסטאן
}}

לאקאציע פון יוסטאן אין צענטראל לאנדאן

לאקאלער סטאנציע נאמען: Euston
יאר געעפנט: 1837
לאקאציע: יוסטאן ראד
בארא: לאנדאנער בארא פון קאמדן
פארוואלטער: נעצווערק באן
צאל פעראנען: 18
סטאנציע קאד: EUS
טראוולקארטע זאנע: זאנע 1
נאציאנאלע באן יערליכע פאסאזשירן
2014-15 42.952 מיליאן
2016-17 44.059 מיליאן

יוסטאן באן סטאנציע אדער לאנדאן יוסטאן /ˈlʌndən.ˈjstən/ איז א צענטראל לאנדאן סוף סטאנציע און איינע פון די 19 סטאנציעס פארוואלטעט דורך נעצווערק באן.[1] זי איז די פינפט באשעפטיקסטע באן סטאנציע אינעם פאראייניגטן קעניגרייך. זי איז דער דרום וואקזאל פון דער מערב בארטן הויפט ליניע קיין ליווערפול, מאנטשעסטער, עדינבורג און גלאזגוי, און דער הויפט טויער פון לאנדאן צו די מערב מידלאנדס, צפון-מערב, צפון וויילס און טיילן פון סקאטלאנד. ווירדזשין באנען פארזארגט גיכע צווישנשטעט דינסטן צו די געגנטן. יוסטאן איז אויך די לאנדאנער סוף-סטאנציע פאר דער לאנדאן נארדוועסטערן אייזנבאן וואס פארזארגט לאקאלע און רעגיאנאלע דינסטן קיין הארטפארדשיר, באקינגהאמשיר, בעדפארדשיר, נארטהאמפטאנשיר און וואריקשיר. אויך איז יוסטאן די סוף-סטאנציע פאר די פארשטאטישע דינסטן אויף דער וואטפארד ליניע פון לאנדאנער איבערגרונט.

יוסטאן איז געווען דער ערשטער צווישנשטעט באן וואקזאל אין לאנדאן.

היסטאריע

יוסטאן איז געווען די ערשטע צווישנשטעט באן סטאנציע אין לאנדאן, געעפנט דעם 20סטן יולי 1837 ווי די סוף-סטאנציע פון דער לאנדאן און בירימינגהאם באן.[2] מען האט דעמאלירט די געביידע אין די 1960ער יארן און געבויט די היינטיקע געביידע אינעם אינטעראציאנאלן מאדערנעם סטיל.

נייע געביידע

דרויסן און אריינגאנג אין 2012
פעראנען 9 און 10.

די סטאנציע האט 18 פעראנען. פעראנען 8 ביז 11 ווערן גענוצט פאר לאנדאנער איבערגרונט און לאנדאן מידלאנד רעגיאנאלע דינסטן—די פעראנען האבן אויטאמאטשע בילעטן־טויערן. פעראנען 1, 2, 14 און 15 זענען גאר לאנג פאר די  16-וואגאנען קאלעדאניען סליפער.

נאציאנאלע באן

פריערדיגע סטאנציע   לאנדאנער איבערגרונט נאציאנאלע באן לאנדאנער איבערגרונט   פאלגנדע סטאנציע
סוף-סטאנציעוואטפארד ליניע
פריערדיגע סטאנציע   נאציאנאלע באן נאציאנאלע באן   פאלגנדע סטאנציע
סוף-סטאנציעCaledonian Sleeper
סוף-סטאנציעלאנדאן נארדוועסטערן אייזנבאן
לאנדאן יוסטאן-קרו
סוף-סטאנציעלאנדאן נארדוועסטערן אייזנבאן
לאנדאן-בירמינגהאם
סוף-סטאנציעלאנדאן נארדוועסטערן אייזנבאן
לאנדאן יוסטאן-מילטאן קינס
סוף-סטאנציעלאנדאן נארדוועסטערן אייזנבאן
לאנדאן יוסטאן - טרינג
סוף-סטאנציעווירדזשין באנען
מערב בארטן הויפטליניע

לאנדאנער אונטערגרונט

יוסטאן סטאנציע איז גראד איבער און פארבינדן מיט יוסטאן אונטערגרונט סטאנציע, , אויף דער וויקטאריע ליניע און דער נארדערן ליניע (סיי דער באנק צווייג סיי דער טשארינג קראס צווייג) פון דער לאנדאנער אונטערגרונט. יוסטאן סקווער אונטערגרונט סטאנציע אויף די האמערסמיט און סיטי, מעטראפאליטאן און קרייז ליניעס איז א מהלך פינף מינוט צופיס דורך יוסטאן ראד.

בוס סטאנציע

פארנט פון דער סטאנציע איז א בוס סטאנציע מיט דינסטן צו פארשיידענע טיילן פון לאנדאן.

רעפערענצן

  1. Commercial information. אונזערע סטאנציעס. נעצווער באן (‏אפריל 2014). דערגרייכט דעם ‏12טן אפריל 2014. (ענגליש)
  2. יוסטאן סטאנציע, לאנדאן. נעצווערק באן. דערגרייכט דעם ‏22סטן פעברואר 2013. (ענגליש)


דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!