רוי:רויטארמייאיש
רויטאַרמייאיש איז א ביכל פון ייִדישע לידער געשריבן פונעם באקאנטן פאעט איציק פעפער און געדרוקט דורכן פאלקס פארלאג פונעם איקוף אין ניו יארק אין ה'תש"ד אין 2000 עקזעמפּלאַרן.
אין דעם זעלבן יאר האט ער און שלמה מיכאלס אונטערגענומען א בארימטן באזוך צו די פאראייניקטע שטאטן צו שאַפן שטיצע פאר דער סאוועטישער ארמיי, צו וואס עס איז דאן דערשינען דאס בוך היימלאנד, און עס איז דעמאלט ביים איקוף-באגעגעניש געשאפן געווארן דער פאָנד ארויסצוגעבן יידיש-סאוועטישע ווערק, און דער בוך איז דערשיינען מיט דער הילף פונעם דאזיקן פאנד מיט די באשטייערונג פון טעסי שענקער, י. קעסמאן און אנדערע.
אויפן ערשטן בלאט פון טייל פון די ביכער לייענט זיך דאס פאלגנדע:
”דער האַנאָראַר פארן בוך
איז איבערגעגעבן
דעם פאָנד פאַר הילף
דער רויטער ארמיי„
דער שער-בלאט איז געצייכנט פון מארק שאגאל.
עס אנטהאלט 43 לידער אין א ס"ה פון 125 זייטן.
אינהאלט
מערסטנס לידער באציהען מיט שאנד און עקל קעיגן נאצי דייטשלאנד, וועלכע ער באצייכנט אין איינע פון זיינע ליעדער מיט שפּאַס אלס בייטשלאנד.
דער בוך ריהמט רוסלאנד'ס רויטע ארמיי און זייער פיהרער סטאלין, ווי דער צווייטער ליעד איז אין זיין לויב.
טראגיקאמיש איז אז פעפער זעלבסט איז אומגעבראכט געווארן דורך סטאלין אין 1952 צוזאמען מיט די הרוגי מלכות פונעם ראטנפארבאנד.
וועבלינקען
- http://www.europeana.eu/portal/record/09304/802C97FD31FE92230CE502D5086696F4BFEDF43C.html
- http://www.worldcat.org/title/roytarmeyish/oclc/10793191
- http://searchworks.stanford.edu/view/3897087
- http://hufind.huji.ac.il/Record/HUJ000184559
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!