רוי:אידישע שפיל

פון המכלול
ווערסיע פון 03:41, 1 דעצעמבער 2022 דורך נייטראלער (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפות ([[קאטעגאריע], ]] ) - געדארפט צוריקדרייען רוב צ'קטי טוישונגען...; אידישע בליק; דער "טעם" דרוש מקור)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

א אידישע שפיל איז א פארשטעלונג וואו עטליכע אקטיארן טוען פארשטעלן א שפיל פון א פאסירונג אויף א בינע, געווענליך באגלייט מיט געזאנג און טענץ.

אין אלגעמיין זיגנט מען דורכאויס דעם שפיל עטליכע לידער מיט גראמען.

א חרדישע שפיל וועט קיינמאל נישט האבן קיין אקטיארן פון מענער און פרויען אינאיינעם, עס וועט אדער זיין א שפיל פון בלויז מענער אקטיארן אדער בלויז פרויען אקטריסקעס. פארשטייט זיך אז ביי א שפיל פון פרויען אקטריסקעס וועלן נישט זיין קיין מענער צוקוקער צוליב הלכה'דיגע איסורים. אבער ביי א שפיל פון מענער אקטיארן פלעגט אמאל יא צו זיין צוגעשטעלט אין די זאל א באזונדערע אפטיילונג פאר מענער און באזונדער פאר פרויען מיט א מחיצה.

ביי די חסידישע גייט נאך צוריק די טראדיציע פון שפילן א לאנגע צייט צוריק. פארשידענע ערציילונגען ווערט פארציילט ווי צדיקים האבן גע'פועל'ט ישועות דורך די שפילן אום פורים אדער אנדערע געהויבענע געלעגנהייטן.

די שפילן פלעגן אמאל פארקומען אין די טעג פון פורים און שושן פורים, ספעציעל ביי די טישן פון רבנים ואדמורי"ם. אבער מיט דער צייט האט מען אנגעהויבן שפילן די שפילן אום חול המועד פסח און סוכות.

די ערשטע פראפעסיאנעלע חרדישע שפיל אין ניו יארק פארצוקומען אין א זאל, איז געווען אום יאר תשכ"ח אין מאנהעטן סענטער ווי מ'האט אויפגעשפילט די באקאנטע מעשה פון מכירת יוסף אנגעפירט און דירעקטעד דורכן מייסטער שרייבער, דירעקטאר, און אקטיאר שלמה פערל וואס האט געשפילט יעקב אינעם שפיל.

בארימטע אידישע שפילן

געוויסע אידישע שפילן

באבוב שפילן

אין בארא פארק פלעגט פארקומען יעדן חול המועד א שפיל דורך די ארגאניזאציע קרן חתנים פון באבוב אין א געדינגענע היי סקול אדיטאריום. די שפיל פלעגט אין דער מערהייט געקוקט דורך אינגלעך און בחורים, און די געשיכטע וועט רוב מאל זיין אן אמת'ע פאסירונג.

זינט דער טיילונג אין באבוב פלעגט פארקומען יעדן חול המועד צוויי שפילן דורך ביידע באבוב'ער ארגאניזאציעס.

אין די לעצטע פאר יאר האט קרן חתנים, די ארגאניזאציע אונטערן באבוב 48 סעקטע, אפגעשטעלט דאס מאכן די שפילן.

מונקאטש

אין מונקאטש פלעגט יארן לאנג פארקומען העכסט פראפעסיאנעלע שפילן ביים רבין אויפן טיש, אנגעפירט דורך דעם אומפארגעסליכן וואלף גוטמאן ז"ל און די אקטיארן זענען געווען א שטייגער ווי ר' ישעי פערל, קאפיל עלבויגן זיין ברודער ר' אהרן עלבויגן ז"ל, און נאך אנדערע

דורך די יארן האבן זיי אויפגעשפילט פארשידענע געשיכטעס א טייל באקאנטע און א טייל ווייניגער באקאנט.

פאלגענד איז עטליכע פון די שפילן וואס איז געשפילט געווארן דורכאויס די יארן בחצר מונקאטש.

  • דוד און גלית
  • תולדות יצחק
  • עליס איילענד
  • שר מקוצי
  • שפאנישע אינקוויזיציע
  • משפיל גאים
  • קנעכט בלייבט קנעכט

סאטמאר

אין סאטמאר קרית יואל פלעגט אין נו"ן יארן פארקומען יעדן פורים אויפן טיש, לענגערע העכסט פראפעסיאנעלע-שפילן אהערגעשטעלט דורכן טאלאנטפולן בעל מספר פאר קינדער חיים הערש מענדלאוויטש.

נייהויז פראדוקציעס

נייהויז פראדוקציעס ווערט אנגעפירט דורך א אינגערמאן אליעזר נייהויז ווער עס איז דער פראדוצירער און דירעקטאר פון אלע "אונטערן" שפילן. די אינטערן שפילן ווערט געשפילט יעדע יאר אדער אנדערהאלבן יאר חול המועד דורך א געקליבענע גרופע פון ערפארענע אידישע אקטיארן. עס ווערט געשפילט און אהערגעשטעלט מיט די העכסטע מאס פראפעסיאנעליזם און פארגעשריטענקייט.

אלע שפילן פון נייהויז פראדוקציעס ערשיינען א קורצע צייט נאכן שפילן אויף א די. ווי. די. פארמאט.

ליסטע פון אונטערן שפילן:

איבערן שפילן

לעצטנס האבן זיי אנגעהויבן א נייע ברענד צוזאמען מיט שלמה שטיינמעץ אונטערן נאמען שטיינהויז (שטיינמעץ און נייהויז) פראדאקשענס, געספאנסערט דורך דער HCS ארגאנאזאציע פאר נישט געזונטער קינדער. און האבן געמאכט עטליכע שפילן אין דער 'איבערן' סעריע:

  • פארכאפט (קיץ תשע"ז)
  • א קהילה פארכאפט (קיץ תשע"ח)
  • איבערן בילד (סוכות תש"פ)
  • איבערן קעניגרייך (סוכות תשפ"א)
  • איבערן פידל (פסח תשפ''ב)

חינוך פארשטעלונג

חינוך פארשטעלונג איז די נאמען פון די שפילן וואס ווערן אנגעפירט דורך דעם מחנך ר' זושא שמעלצער פון סקווירא, א ברודער מיט דעם זינגער ליפא שמעלצער. אנדערש ווי אלע שפילן וועלכע ווערן געשפילט לעבעדיג אויף א בינע, ווערט די שפילן פון שמעלצער פון פאראויס רעקארדירט און א סטודיא, און ווערט דערנאך אויפגעשפילט אין די זאל ווי עס קומט פאר די שפיל בעת די אקטיארן דארפן שפילן זייער ראלע און מאכן די באוועגונגען כאילו זיי רעדן איצט.

די שפילן ווערן כסדר איבער געשפילט (מיט אנדערע אקטיארן) און נאך יעדע שפיל ווערט פארקויפט פאר די צוקוקער א קאסעטע פון די שפיל רעקארדירונג.

פון צייט צו צייט מאכט ר' זושא שמעלצער א געהעריגע פראפעסיאנאלע שפיל מיט גאר פאפולערע און געלונגענע אקטיארן, וואו מען רעדט געהעריג. צווישן די שפילן זענען געווען:

  • גראף פאטאצקי
  • שר מקוצי
  • אין פראסטן ביים דייטש
  • אידישער מיניסטער
  • אוואו איז יוסעלע (שוכמאכער)

עפיק שפיל

"אומגלויבליך" איז א שפיל אהער געשטעלט געווארן דורך ר' חיים איצקאוויטש חול המועד סוכות תשע"ו, אנהייבנדיג א סעריע פון שפילן אין דער "אומגלויבליך" פאמיליע וועלכע ווערן אהערגעשטעלט דורך Epic Shpiel Productions.

זיי האבן שוין דעווייל געמאכט פיר שפילן:

  • אומגלויבליך (סוכות תשע"ו)
  • מיסטעריע (סוכות תשע"ז)
  • סאבאטאדזש (פסח תשע"ח)
  • טאקטיק (סוכות תשע"ב)

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!