רוי:דזשאמבא
דזשאַמבאָ (ענגליש: Jumbo; פון סוואַהילי: Jambo, "pריד"; אַרום 25סטן דעצעמבער 1861 - 15טן סעפטעמבער 1885) איז געווען אַן אַפריקאַנישער העלpאַנד וואס איז געבוירן געוואָרן אין pראַנצויזישע סודאַן, אימפּאָרטירט געוואָרן צו דער זאָאָ אין זשאַרדען דע פּלאַנט (ענ') אין פּאַריז און באַוועגט געוואָרן צום לאָנדאָנער זאָאָ אין 1865, וואו ער איז זייער באַוווסט געוואָרן. שפּעטער איז זיין נאָמען געוואָרן אַן ענגליש וואָרט וואס באַדייַט אַ זייער ריזיקער אָביעקט, ווי אַ ברייט-קערפּער פּאַסאַזשירן עראָפּלאַן. דזשאַמבאָ דער העלpאַנד איז געווען דער אָפיציעלער מאַסקאָט פון דער טאַפטס אוניווערסיטעט.
לעבן
דזשאַמבאָ איז געבוירן געוואָרן אין pראַנצויזישע סודאַן און איז שפּעטער באַוועגט געוואָרן צו דער זאָאָ אין זשאַרדען דע פּלאַנט. אין 1865 איז ער באַוועגט געוואָרן צום לאָנדאָנער זאָאָ, וואו ער איז זייער באַוווסט געוואָרן נישט נאָר pאַר זיין גרייס (דאַמאָלסט האָט ער געגרייכן 3.25 מעטער), נאָר אויך pאַר זיין נאַטור וואס האָט דערלויבט די זאָאָ באַזוכער צו רייטן אויף אים. זיין נאָמען איז געשענקט געוואָרן ביים לאָנדאָנער זאָאָ, און איז אפשר אַ pאַרקריפּלונג פון דאָס סוואַהילי וואָרט דזשומבע (jumbe, "שבֿט-פירער"/"טשיף").
אין 1882 האָט דער לאָנדאָנער זאָאָ pאַרקויפט דזשאַמבאָ צו פ.ט. באַרנום (ענ'), דער אייגנטימער פונעם באַרנום צירקוס, pאַר $10,000. ווען דזשאַמבאָ'ס pאַרקויף איז באַקאַנט געוואָרן האָט די קעניגין וויקטאָריע באַקומען בערך 100,000 בריוון בעטונג פון זי צו pאַרמייַדן דער pאַרקויף. די קעניגין האָט געזאָרגט וועגן דער pאַרקויף, און אויך דער טראָנpאָלגער, דער פּרינץ פון וויילס. ביי אַ דיפּלאָמאַטישער pאָרקום אין 1882 האָט דער לאָנדאָנער אַמבאַסאַדאָר פון די pאַראייניקטע שטאַטן געזאָגט אַז די איינציקע פלוגתא צווישן דעם pאַראייניקטן קעניגרייך און די pאַראייניקטע שטאַטן איז געווען איבער די pאַרקויף פון דזשאַמבאָ.
דזשאַמבאָ איז געשטאָרבן נאָך ווען אַן אייזנבאַן לאָקאָמאָטיוו האָט אים באַשעדיקט ביי סט. טאמעס, אָנטעריאָ, קאַנאַדע. ביי דער באַשעדיקונג אָרט איז אַ פולער גרייס סטאַטוע פונעם העלpאַנד אויפגעשטעלט געוואָרן צו pאַראייביקן אים. דאַמאָלסט האָט ער געגרייכט אַרום 4 מעטער, און די סטאַטוע איז די זעלבע.
אין קולטור
צוליב דער העלpאַנד'ס פּאָפּולאַריטעט אין דער לאָנדאָנער זאָאָ איז זיין נאמען געוואָרן אַן ענגליש וואָרט וואס באַדייַט "זייער ריזיק" - שפּעטער איז דאָס וואָרט געוואָרן דער עפּיטעט פון דער באָואינג 747 עראָפּלאַן צוליב זיין גרייס. פּאַניע דזשאַמבאָ, די מוטער פון דאַמבאָ אין דער פילם מיטן זעלבן נאָמען פון די וואָלט דיזני פירמע, הייסט נאָך דער העלpאַנד.
וועבלינקען
וויקימעדיע פונדאציע פּראיעקטן |
---|
בילדער און מידיע אויף וויקימעדיע קאמאנס: דזשאמבא |