המכלול:פּרינציפּן און ריכטליניעס

פון המכלול
ווערסיע פון 19:52, 27 נאוועמבער 2022 דורך שווערמער (שמועס | ביישטייערונגען) (רעדאגירונג)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

פרינציפן און הדרכות: המכלול איז א פראיעקט צו שאפן א ברייטע פארלעסליכע אידישע ענציקלאפדיע. דער ציל פון אירע גרינדער און ביישטייערער איז איינס: צו שאפן א גרויסע ענציקלאפדיע, די גרעסטע אין היסטאריע, וואס דעקט אלע געביטן און תחומים וואס איז נאר שייך און אויסגעהאלטן, און קען אויך דינען אלץ פארלעסליכער מקור פאר אינפארמאציע.

פארהאן עטליכע פרינצפן וואס זענען ראטזאם נאכצוגיין ביים שרייבן אין המכלול כדי צו היטן אויף די אייניגקייט און קוואלעטעט פונעם מאטעריאל.

  • אויסוואל פון טעמעס: קלערט צי דער ארטיקל וואס איר האט געקליבן צו שרייבן איז אן ענציקלאפעדישער, און אויב עס קען אינטרעסירן אנדערע ליינער. געדענקט אויך, אז המכלול איז נישט קיין ווערטערבוך וואס דארף טייטשן יעדער מעגליכער באגריף, נאר אן ענציקלאפעדיע וואס איר ציל איז פארצושטעלן די צענטראלע נושאים אין די תורה'דיגע וועלט, און אין די מענטשהייט'ס ידיעות.
  • א נאמען געבן פארן ארטיקל: נוצט ליבערשט זאך-ווערטער (שם דבר) און נישט טאט-ווערטער (שם פועל), לשון יחיד און נישט לשון רבים. אין לשון קודש שרייבט מלא נישט חסר, ארויסגעשריבן און נישט אין ראשי תיבות. פארמייד נעמען מיט ספעציעלע בוכשטאבן (א שטייגער ווי "%", "@"), צייכענעס פאר פונקטירן (",.;"), און ארטיקלען ("דער...", "א...").
  • אייניגקייט: די ארטיקלען אין המכלול האבן אן אייניגע אויסשטעל, און דערפאר דארף מען מקפיד זיין זיך צו האלטן צו אלגעמיינעם געבוי פון די ארטיקלען. מען קען אויך ניצן די געבוי פון א בלאט, אלץ מיטל צו העלפן אוועק שטעלן אן אנהויב פון אן ארטיקל.
  • Copyright: עס זענען דא copyright פארשריפטן וואס מען מוז זיך האלטן צו, זעט מער אינעם לינק ביים ענדע פונעם בלאט. געדענקט אז די רגע וואס איר האט געשריבן אן ארטיקל געהערט עס גענצליך פאר המכלול, און אנדערע שרייבער האבן אלע רעכטן, און זענען ערווארטעט, עס צו טוישן, פארעכטן, מגיה און צולייגן לויט זייער פארשטאנד (און נישט אלעמאל לויט אייער געשמאק). רעספעקטיר דעם איינפיר, און געדעקט אז איר האט נישט קיין מאָנאַפאָל אויף די ארטיקלן אייערע; אזוי ארבעט עס אין א געמיינזאם געשריבענע אנציקלאפעדיע, פון נאטור אויס.
  • נייטראלקייט: עס איז וויכטיג אז אלע ארטיקלען אין המכלול, אויך די קאנטרעווערסיאליע, זאלן פארגעשטעלט ווערן אויף א נייטראלע אופן, און זאלן נישט דינען אלץ פלאטפארמע אויסצודריקן מיינוגען און פאר פראפאגאנדע צוועקן. אלץ פרומער שרייבער דארף מען באזונדער צולייגן קאפ דערצו ביים שרייבן איבער חרדי'שע פארטייען און קרייזן, און פארשטעלן זייער שיטות, פעולות און דרך אין עבודת ה' מיט א נייטראלע בליק.
  • אנאקדאטן: אן אנקדאט וועט מען צולייגן נאר ווען עס איז שטארק רעלעוואנט צום ארטיקל. אונזער ציל איז נישט צו מאכן המכלול פאר א זאמלונג פון אנקדאטן. אין פאל פון א ספק – לאזט עס אויס, אדער שרייבט עס אינעם שמועס בלאט פון דעם ארטיקל.
  • די גרויסקייט פון אן ארטיקל: מען זאל אין באטראכט נעמען די אפציע פון צעטיילן גאר גרויסע ארטיקלען אויף עטליכע קלענערע, אויב דאס איז מעגליך.
  • שרייבט מעמואַרן: כדי אנדערע זאלן קענען גרינג ווייסן וואס איר האט געטון און נישט מיינען אז איר זוכט אריינצושמאלגען טוישונגען באהלטענערהייט.

פארמייד איבערבלייבענישן: לאזט איבער אן ארטיקל מיט האלבע זאצן, טעקסטן אין ענגליש אדער עברית אדער ווענדונגען צו אנדערע ליינער/שרייבער. פאר דעם צוועק איז דא די זאמדקאסטן און די שמועס בלעטער. ברעגט אריין די ארטיקל צום הויפט געביט נאר נאכדעם וואס איר האט עס אינגאנצן געענדיקט שרייבן, אדער כאטשיג נעמט קודם ארויס אלע באמערקונגן דערפון. אויב ווילט איר איבער לאזן א רעדאקציע באמערקונג אין אן ארטיקל, קען מען דאס טון אזוי: <!—די באמערקונג-->, אזוי אז נאר דער וואס רעדאגירט דעם ארטיקלן וועט עס קענען זען.

שאפט לינקס צו אייער נייע ארטיקל: נאכן ענדיגן שרייבן אן ארטיקל, זוכט ארום אין המכלול וואו איר קענט אריין שטעקן אן אינערליכן לינק צו אייער נייעם ארטיקל. אזוי וועט גרעסער ווערן די אויפטו פון אייער ארטיקל, און עס וועט אהין ברענגן מער ליינער.