רוי:נארמאלע פארטיילונג

פון המכלול
ווערסיע פון 17:42, 25 נאוועמבער 2022 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "פֿ" ב־"פ")
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
פּראָצענטן פון אַ נאָרמאַלע פאַרטײלונג אַרום דעם דורכשניט לױט דער סטאַנדאַרט־אָפּװײכונג.

די נאָרמאַלע פאַרטײלונג אָדער גאַוּס פאַרטײלונג (נאָך קאַרל פרײַנדריך גאַוּס) איז מסתּמא די װיכטיקסטע פאַרטײלונג אין דער באַשרײַבנדיקער סטאַטיסטיק. עס װערט באַװיזן כּמעט אין יעדער סטאַטיסטיק װאָס רעפּרעזענטירט אַ געװיסער דורכשניט פון אַ סך װאַריאַבלען, למשל, דער דורכשניטלעכער הױכקײַט פון מענטשן אין אַ געװיסער באַפעלקערונג פאַרטײליקט זיך נאָרמאַל, אד"ג.

אין אַ נאָרמאַלער פאַרטײלונג, איז דער דורכשניט, דער מעדיאַן, די מאָדע און די מיטל־װײַטקײַט, פּונקט אין דער מיט, װוּ די סטאַנדאַרט־אָפּװײַכונג באַװײַזט 0, און פון בײדע זײַטן פאַרטײליקט זיך דער שטח האַפטיק און סימעטריש.