רוי:דזשיקאוו
דזשיקאוו (פּויליש: Tarnobrzeg) איז א שטאט אויפן מזרח ברעג פונעם ווייסל דרום פונעם מויל פונעם סאן טייך, אין ריישער פראווינץ פון פוילן. זי געפינט זיך 50.35 גראד צפון און 21.40 גראד מזרח, אין וועסט גאליציע. די שטאט האט שוין געהייסן דזשיקאוו אינעם צענזוס פון 1765.
אין יאר תט"ו האט מען אויסגעהרגעט די אידן אין דזשיקאוו, און אין יאר תקי"ז איז געווען אן עלילת דם ווען מ'האט זיי באשולדיקט מיט הרגענען א קריסטליך אינגל, און זיי האבן געמערדט עטלעכע יידן. אבער שפעטער ווען דאס אינגל איז צוריקגעקומען צו דער שטאט לעבעדיגערהייט, האט די גראַפיניע טארנאווסקא באצאלט פארגיטיקונג צו דער יידישער קהילה פון דער שטאט.[1]
אין תע"ח האט די גראפיניע טארנאווסקא געבארגט צו דער יידישער קהילה 1,000 פלארין צו בויען א שול. אין תקל"ט האבן וואלף און גימפל לעווקאוויטש באצאלט פארקויף-שטייער אלס קצבים צוזאמען מיט שמואל זעלמאנאוויטש.
בערך תר"ך האט די דזשיקאווער קהילה אויפגענומען אלס רב רבי אליעזר הורוויץ, א זון פונעם ראפשיצער רב. ער האט אויפגעשטעלט אין דזשיקאוו א רבי'שן הויף און דאס שטעטל איז געווארן א חשוב חסידיש שטעטל.
זונטאג צום גדליה ת"ש האט די דייטשע ארמיי אינוואדירט די שטאט. דעמאלסט האבן געוואוינט אין דזשיקאוו 3800 יידן. א פאר וואכן שפעטער האבן די דייטשן געגנבעט פון די אידן זייער גאנצע פארמעגן און האבן זיי פארטריבן פון דער שטאט. אום חודש אב תש"ב האבן אויסגעזידלט די קהילה.
יידישע באפעלקערונג פון דזשיקאוו | |
---|---|
יאר | איינוואוינער |
1765 | 569 |
1880 | 2,768 |
1890 | 2,840 |
1900 | 2,537 |
1910 | 2,642 |
1921 | 2,146 |
1939 | 3,800 |
רעפערענצן
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!