רוי:ברונא שולץ

פון המכלול
ווערסיע פון 22:30, 30 נאוועמבער 2022 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "מוזיי" ב־"מוזעאום")
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
Drohobycz bruno schulz 08 2008 adpt.jpg

ברונאָ שולץ (פּויליש: Bruno Schulz; דראָהאָביטש, 12טן יולי 1892 – דאָרט, 19טן נאָוועמבער 1942) איז געווען אַ פּוילישער שרײַבער און קינסטלער פון דער ייִדישער אָפּשטאַמונג.

לעבנסגעשיכטע

ברונאָ שולץ איז געבוירן געוואָרן אין דער שטאָט דראָהאָביטש (דעמאלט – אינעם באַשטאַנד פון דער עסטרײַך-אונגאַרישער אימפּעריע, איצט – אוקראַיִנע). אין 1914 – 1915 האָט ער זיך געלערנט מאָלערײַ אין ווין. דערנאָך האָט ער געאַרבעט אין זײַן היימשטאַט אַלס מאָלערײַ-לערער אין אַ גימנאַזיע. איינצײַטיק האָט ער געשריבן פּראָזע אויף דער פּוילישער שפּראַך. אַמערסטן באַוווּסט זײַנען זײַנע נאָוועלעס-זאַמלונגען “Sklepy cynamonowe” ("ברוינע קרעמלעך", 1934) און Sanatorium pod Klepsydrą” ("סאַנאַטאָריִום אונטער קלעפּסידרע", 1937). אין זײַנע ליטעראַרישע טעקסטן פאַרוואַנדלט זיך דאָס טאָגטעגלעכע לעבן פון אַ פּראָווינציִעל שטעטל אין אַ פאַנטאַסטישן משל וועגן גורלות פון דער וועלט. אין 1938 האָט די פּוילישע ליטעראַטור-אַקאַדעמיע געקרוינט ברונאָ שולצן מיט "גאָלדענע לאָבערן".

דעם 30טן יוני פון 1941 האָט דאָס דײַטשישע מיליטער אָקופּירט דראָהאָביטש. ברונאָ שולץ איז דערשאָסן געוואָרן דעם 19טן נאָוועמבער 1942 דורך אַ געסטאַפּאָ-מאַן אויף אַ גאַס פון דראָהאָביטשער געטאָ. אַ טייל פון ברונאָ שולצעס ליטעראַרישע ווערק און כמעט אַלע זײַנע מאָלערײַ-ווערק זײַנען פאַרלאָרן געגאַנגען.

לויט זײַנע ווערק זײַנען געמאַכט געוואָרן טעאַטער-שטעלונג, פילמען און מוזיקאַלע ווערק. אין דער שטאָט דראָהאָביטש, וווּ ברונאָ שולץ האָט געוווינט און געאַרבעט זײַן גאַנץ לעבן עקזיסטירט אַ געווידמעטער אים ליטעראַרישער מוזעאום.

וועבלינקען

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!