רוי:סאכאטשאוו

פון המכלול
ווערסיע פון 21:01, 27 נאוועמבער 2022 דורך בוט שרגא (שמועס | ביישטייערונגען) (קרדיט + קטגוריות)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
סאכאטשאוו
Sochaczew
[[טעקע:{{{2}}}|90px]]
Sochaczew ryneczek 01.05.09 p.jpg
סאכאטשאווער רינעק
מדינה / טעריטאָריע Flag of Poland.svg פוילן
גרינדונג דאַטע 1368
קאָאָרדינאַטן 52°14′N 20°14′E / 52.233°N 20.233°E / 52.233; 20.233 מאפעס, בילדער פון דער הייעך און נאך אינפארמאציע אויף דעם ארט
וואיעוואדעשאפט מאזאוויע
שטח 26.13 קוואדראט ק"מ

 ‑ אין שטאָט

37,306‏  (שטייענדיג 2010)
http://www.sochaczew.pl

סאכאטשאוו (פויליש : Sochaczew) איז א שטאט וואס געפינט זיך אויפן ברעג פונעם טייך בזורא (ענ'), בערך 60 קילאמעטער דרום־מערב פון ווארשע, די הויפטשטאט פון פוילן. סאטשאטשאוו איז די הויפטשטאט פון דער סאכאטשאווער קרייז. די שטאט האט א באפעלקערונג פון ארום 37,000 איינוואוינער. (2007 ).

די יידן פון סאכאטשאוו

א דענקמאָל צו די סאכאטשאווער יידן וואָס זענען אומגעקומען אינעם חורבן, אויפן חולון בית עולם

יידן האבן געוואוינט אין דער שטאט אומגעפער 600 יאָר, דאס סאכאטשאווער חסידות איז אנטוויקלט געווארן אין דער שטאט דורך רבי אברהם בארנשטיין (דער "אבני נזר"), וואָס האָט אויך דארט אויפגעשטעלט א ישיבה, און וועמענס קבר געפינט זיך אויפן יידישן בית עולם פון דער שטאט.

בשעת דער ערשטער וועלט מלחמה איז די שטאָט איז געווארן איינגענומען הין און צוריק דורך די דייטשן און די רוסן, און אין דעם גאנג פון די קעמף איז די היאיגע ייִדישע קהילה געווארן ליקווידירט, פיל זענען אנטלאפן אין ווארשע און פיל זענען אוועקגעטריבן און די קהילה האט זיך פארשפרייט. נאָך דער מלחמה האָט די קהילה זיך אָנגעהויבן זיך רעארגאניזירן, און האָט זיך אנטוויקלט ביז איר אומקום אין דער חורבן אייראפע.

קורץ פאר דעם אויסברוך פונעם צווייטן וועלט־קריג האבן געוואוינט אין דע שטאט עטלעכע 3000 יידן, בערך א דריטל פון איר באפעלקערונג. דעם 9טן סעפטעמבער 1939 איז די שטאט אקופירט געווארן דורך די דייטשן, וואס האבן דארט דערמארדעט א צאל יידן, און אונטערגעצונדן טייל פון זייערע הייזער. זיי האבן אוועקגעפירט די יידן פון דער שטאט צו צוואנגס ארבעט, סיי בײם בויען א בריק איבערן לאקאלן טײך, וואו עטלעכע פון די יידן זענען דערטרונקען געווארן, און סיי בײם בויען באפעסטיקונגען אין דער געגנט פון דער שטאָט, ניצנדיק די מצבות פון דעם אָרטיקן יידישן בית עולם.

אום 19טן יאנואר 1941 האט מען די יידן פון דער שטאט און איר אומגעגנט קאנצענטרירט אין א געטא ארומגערינגלט מיט א שטעכלדראט פּלויט, און א חודש שפעטער האט מען זיי אריבערעפירט אין דער ווארשעווער געטא, און זייער גורל דארט איז געווען דער זעלבער ווי די אנדערע ארטיקע יידן.

וועבלינקען

דער אוהל ביים ציון פון די סאכאטשאווער רבי'ס אויפן שטאטישן בית עולם

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!