רוי:אייראסטאר
אייראסטאר איז א באן ליניע צווישן לאנדאן און קענט אין בריטאניע מיט פראנקרייך (בעיקר פאריז און ליל) און בריסל אין בעלגיע. די באנען פארן אריבער דעם ענגלישן קאנאל דורך דעם קאנאל טונעל. אין דרום ענגלאנד האט מען אויסגעבויט א נייע באן ליניע צום זעלבן גיך-באן סטאנדארדן ווי אין פראנקרייך. די צווייטע פאזע פון דער נייע ליניע פון דער נייער סט פאנקראס באן סטאנציע האט געעפנט 09:00 אום 14טן נאוועמבער 2007; זי הייסט היי ספיד 1 (ענגליש: High Speed 1).
זייט די ערשטע הכנסה-פארדינענדיגע אייראסטאר באנען זענען געפארן אין נאוועמבער 1994, האט אייראסטאר גענומען א הערשנדיגן חלק פון דעם מארק אויף זיינע רוטען. אום נאוועמבער 2004 האט אייראסטאר געמאלדן אז זיין חלק פון דעם קאמבינירטן באן/לופט מארק געוואקסן ביז 68% פון לאנדאן-פאריז און 63% פון לאנדאן-בריסל. די געזעלשאפט מערקט אן אז דאס רעפרעזענטירט אן איינשפארונג פון 393,000 קורץ-מהלך פליען.
ארבעט וואס מען האלט ביים ענדיגן לעבן בריסל זיד וועט באזארגן א פארבעסערונג פון נאך פיר מינוט פאר אלע באנען קיין בריסל. מיט דער נייער בריטישער באן פארבינדונג איז געווארן מעגלעך א דינסט ביז 8 באנען אין יעדער ריכטונג פון לאנדאן קיין קאנטינענטאל אייראפע.
טייל אייראסטאר דינסטן שטעלן זיך אפ ביי סטאנציעס אונטערוועג קיין בריסל און פאריז. די אונטערוועג סטאנציעס זענען אשפארד אינטערנאציאנאל, און קאלע-פרעטהון און ליל-אייראפע אין צפון פראנקרייך. אייראסטאר האט אויך א טעגלעכע דינסט קיין דיזנילאנד פאריז און (זייט 1טן מיי 2015) קיין ליאן און מארסיי. אין זומער איז פאראן א דינסט קיין אוויניאן און אין ווינטער קיין בורג סט-מאריס, לא פלאניע און מוטיער אין די פראנצויזישע אלפן.
די טיילן פונעם באן נעצווערק אין פראנקרייך און בעלגיע ווערן געטיילט מיט דער Thalys פאריז-בריסל דינסט.
הויפט סטאנציעס
- לאנדאן וואטערלו (14 נאוועמבער 1994 ביז 13 נאוועמבער 2007)
- לאנדאן סט פאנקראס (זייט 14 נאוועמבער 2007)
- פאריז גאר דו נארד
- בריסל זיד
אייראסטאר רוטעס
אייראסטאר רוטע מאפע | |||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||
---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|
די צייטן וואס דערשיינען דא זענען די גיכסטע לויטן פאָרפלאן. |
זײַט 9 דעצעמבער 2007 האט אייראסטאר 17 באנען יעדן טאג (19 פרייטאג) לאנדאן-פאריז, פון זיי 7 אן אפשטעל, און 10 לאנדאן-בריסל כולל 3 אן אפשטעל.[1] בדרך כלל שטעלן אפ די באנען ביי ליל-אייראפע, קאלע-פרעטהון און עבספליט אינטערנאציאנאל. דריי באנען א טאג קיין פאריז שטעלן זיך אפ אין אשפארד אינטערנאציאנאל.
רעפערענצן
- ↑ "Eurostar Service from 9 December 2007 to 5 July 2008" (PDF). Retrieved 2007-12-16.
דרויסנדיקע פארבינדונגען
וויקימעדיע פונדאציע פּראיעקטן |
---|
בילדער און מידיע אויף וויקימעדיע קאמאנס: אייראסטאר |
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!