רוי:בורקינע פאסא
בורקינע פאַסא Burkina Faso | |||||
| |||||
נאַציאָנאַלע זינגליד: | |||||
קאָנטינענט | אפריקע | ||||
אָפיציעלע שפּראַך | פראנצויזיש | ||||
הויפּטשטאָט | וואגאדוגו 12°20′N 1°40′W / 12.333°N 1.667°W | ||||
רעגירונג | רעפובליק | ||||
פּרעזידענט פּרעמיער מיניסטער |
בלעז קאמפאארע | ||||
גרינדונג דאַטום |
5טן אויגוסט 1960 (פון פראנקרייך) | ||||
פלאַך מאָס וועלט גראַדונג פלאַך פּראָצענט וואַסער |
274,200 קוואַדראַט ק"מ 74 0.146% | ||||
באַפעלקערונג - צאָל - וועלט גראַדונג - ענגקייט |
15,746,232 (2009) 61 57.4 מענטשן פאַר אַ ק"מ | ||||
פּראָדוקט ווערדע | $20.06 ביליאן [1] (123סט) | ||||
וואַלוטע | מערב אפריקאנער פראנק | ||||
צייט זאָנע | UTC | ||||
אינטערנעט דאָמען | bf. | ||||
טעלעפאָן קאָד | 226+ |
בורקינע פאַסא (פראַנצויזיש: Burkina Faso) איז א לאנד איינגעשלאסן לאנד אין מערב אפריקע. זי גרענעצט מאלי צו צפון, ניזשער צו מזרח, בענין צו דרום־מזרח, טאגא און גהאנע צו דרום, און בארטן פון העלפאנדביין צו דרום־מערב. זי באדעקט א שטח פון 274,200 קוואדראט ק"מ.
בורקינע פאַסא האט א באפעלקערונג פון 15.75 מיליאן מענטשן (געשאצט 2009). ביז 1984 האט דאס לאנד געהייסן די רעפובליק פון אויבער וואלטע. די הויפטשטאט איז וואגאדוגו, און די אפיציעלע שפראך איז פראנצויזיש. בורקינע פאסא איז א מיטגליד אין דעם אפריקאנער פארבאנד.
היסטאריע
די רעפובליק פון אויבער וואלטע (פראַנצויזיש: République de Haute-Volta) איז געגרינדערט געווארן דעם 11טן דעצעמבער, 1958, ווי אן אויטאנאמישע קאלאניע אין דער פראנצויזישער געמיינדע. אום 5טן אויגוסט 1960 איז זי געווארן אינגאנצן אומאפהענגיק. דער ערשטער פרעזידענט איז געווען מאריס יאמעאגא, און ער האט מבטל געווען אלע אנדערע פאליטישע פארטייען. זיין רעגירונג האט געדויערט ביז 1966.
אין 1987 האט מען געהרגעט דעם פרעזידענט סאנקארא, און דער היינטיקער פרעזידענט, בלעז קאמפאארא, האט איבערגענומען די מלוכה.
ראיאנען און שטעט
בורקינע פאסא ווערט צעטיילט אין 13 ראיאנען, און 45 פראווינצן.
עקאנאמיע
בורקינע פאסא איז פון די סאמע ארימסטע לענדער אין דער וועלט, מיט א ברוטא אינלענדישער פראדוקט פער מענטש פון $1,200.[2] לאנדווירטשאפט שאפט 32% פונעם ברוטא אינלענדישן פראדוקט און באשעפטיקט 80% פון דער ארבעטס־קראפט. א גרויסער טייל פון דער עקאנאמיע אין לאנד איז געשטיצט דורך אינטענאציאנאלגער הילף.
בורקינע פאסא איז א מיטגליד אין דעם מערב אפריקע מאנעטארישן אין עקאנאמישן פארבאנד (UMEOA) און האט דערפאר אדאפטירט דעם CFA פראנק.
מען גראבט קופער, אייזן, מאנגאן און גאלד.
רעפערענצן
וועבלינקען
לענדער און טעריטאריעס אין אפריקע | ||
---|---|---|
מערב אפריקע | בארטן פון העלפאנדביין · בורקינע פאסא · בענין · די גאמביע · גהאנע · גינע · גינע-ביסאו · טאגא · ליבעריע · מאלי · ניזשער · ניגעריע · סיערע לעאנע · סענעגאל · קאפווערדישע אינזלען | |
צפון אפריקע | ||
צענטראל-אפריקע | ||
מזרח אפריקע | ||
דרומדיקע אפריקע | באצוואנע · דרום אפריקע · זאמביע · זימבאבווע · לעסאטא · נאמיביע · סוואזילאנד |
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!