רוי:בולדאזער

פון המכלול
ווערסיע פון 08:11, 25 נאוועמבער 2022 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "pו" ב־"פו")
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
אַ קאַטערפּילער D10 בולדאָזער

א בולדאָזער אדער שטופּגראָבער איז א קריכער טראקטאר וואס איז אויסגעשטייַערט מיט א גרויס מעטאלן ברעט (באקאנט אלס א "מעסער") וואס שטופט גרויסע קוואַנטומס פון ערד, זאמד, שטיינער אדער אנדערע געגליכענע מאטעריאלן בעת קאנסטרוקציע אדער איבערווייַז ארבעט. געוויינטלעך ווערט א בולדאָזער אויסגעשטייַערט מיט א נאָגל-ענלעך הינטער געצייַג וואס שוואַכט אָפּ געפּרעסטע מאטעריאלן.

בולדאָזערס קען מען אָפּגעפונען ביי פילע פארשידענע ערטער, אזוי ווי שאַכטעס און שטיינהאַקערייַען, מיליטערישע באזעס, אינדוסטריע פאבריקן, אינזשענריע פראיעקטן און שטאַלן.

דער טערמין "בולדאָזער" געוויינטלעך מיינט בלויז א טראקטאר (געוויינטלעך א קריכער) וואס איז אויסגעשטייַערט מיט א דאָזער מעסער.

מוסטער:טראנספארט-שטומף