רוי:רבי אברהם מרדכי אלטער

ווערסיע פון 07:23, 25 נאוועמבער 2022 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "פֿ" ב־"פ")
רבי אברהם מרדכי אלטער

הרב אברהם מרדכי אַלטער מגור גריפן האמרי אמת (ז' טבת ה'תרכ"ו - ו' סיון ה'תש"ח) איז געבוירן געוואָרן אינעם שטעטל גער אין פּוילן, וואו ער האָט געוואוינט כמעט זײַן גאָרע לעבן. צו זײַן געבורט האָט זײַן עלטער־זיידע דער חידושי הרי"ם נאָך געלעבט, אָבער ער איז נפטר געוואָרן אַ פּאָר חדשים נאַכהער.

ער האָט חתונה געהאַט אין (ליטוויש) ביאַלע אין יאָר ה'תרמ"א. זײַן שווער איז געווען ר' נח טשאַרני (שחור), פון די חשובסטע גערער חסידים אין ביאַלע.

וועגן זײַן גדלות אין תורה נאָך אין זײַנע גאָר יונגע יאָרן האָט מעיד געווען דער וויערשאווער רב אויף אים אַז ס'איז נישט געווען קײן ספר אין זײַן ספרים שטוב וואָס ער זאָל נישט האָבן דורכגעזען.[1]

נאָך דער פטירה פון זײַן פאָטער דעם „שפת אמת" האָבן כמעט אַלע גערער חסידים אים אויפגענומען אַלס רבי. העכער פערציג יאָר איז ער געווען דער מנהיג פון די גערער חסידים. אין די יאָרן פון זײַן רביסטווע איז גער געוואָרן דאָס גרעסטע חסידות אין גאַנץ פּוילן. ער איז אויך געווען איינער פון די מייסדים פון אגודת ישראל.

ער האָט פאַרמאָגט אַ סאַך ספרים, און זײַן ביבליאָטעק פון ספרים איז געווען פון די גרעסטע פּריוואַטע זאַמלונגען פון ספרים אין דער וועלט.

אין אָנהייב דער צווייטער וועלט קריג האָט ער זיך געצויגן קײַן וואַרשע, אָבער די רשעים ימ"ש האָבן עם שטאַרק געזוכט. אין יאָר ה'ת"ש האָבן די חסידים מצליח געווען באַקומען דאָקומענטן בכדי ער מיט געציילטע מענטשן פון זײַן משפחה זאָלן האָבן רשות אײַנצוּאוואַנדערן קײן ארץ ישראל, וואָס אין יענער צײַט האָט געהייסן פּאַלעסטינע אונטער בריטישער הערשאַפט.

בשעת ער איז נפטר איז נישט געווען מעגליך צוצוקומען צום בית עולם אויפן הר הזיתים צוליב דער מלחמה וואָס האָט געהערשט צווישן ישראל און די אַראַבישע לענדער. האָט מען עם באַגראָבן אין אַ קבר אין דעם חצר פון דער ישיבה „שפת אמת" אין ירושלים, וואו ער ליגט ביז צום הײַנטיקן טאָג.

תקנות

ווען הר"ר אברהם מרדכי איז געוואָרן רבי האָט ער אײַנגעפירט אין זײַן בית־המדרש אין גער צו דאַווענען שחרית שבת אינדערפרי 7.30. דאָס איז געווען אַ גרויסער חידוש – אין די יאָרן פון די פריערדיקע רבי'ס פלעגט מען לערנען שעה'ן לאַנג אַלס הכנה צום דאַווענען, און ערשט אָנגעהויבן שחרית אַסאַך שפּעטער. ער האָט אויך אײַנגעפירט אַ שעה הפסקה בײַם שבתדיקן דאַווענען, סײַ פרײַטיק צונאַכט (פאַר כגוונא), סײַ שבת אינדערפרי (פאַר קריאת התורה), כדי מ'זאָל זיצן און לערנען.

משפחה

רבי אברהם מרדכי האָט חתונה געהאַט בזיווג ראשון מיט חיה ראָדאַ טשאַרני (שחור) פון ביאַלע. זייערע קינדער זענען:

  • הרב מאיר אַלטער (ה' ניסן תרמ"ג - ת"ש (אומגעפער))
  • מרת פייגא (כ"ד תשרי תרמ"ה - כ"ד תשרי תרפ"ד), דאָס ווײַב פון הרב יצחק מאיר אַלטער (אַ זון פון רבי משה בצלאל אַלטער)
  • הרב יצחק אַלטער (פסח תרמ"ח - י"ז מרחשון תרצ"ה)
  • מרת אסתר (סיון תרמ"ט - י"ח ניסן תש"ג), דאָס ווײַב פון רבי פישל היינא
  • מרת דבורה מאַטיל (י"א טבת תרנ"ב - כ' תמוז תשמ"א), דאָס ווײַב פון רבי יצחק מאיר לעווין
  • רבי ישראל אַלטער (כ"ד תשרי תרנ"ה - ב' אדר תשל"ז), דער "בית ישראל" פון גער
  • רבי שמחה בונם אַלטער (כ"ג ניסן תרנ"ח - ז' תמוז תשנ"ב), דער "לב שמחה" פון גער
  • מרת בריינדל (אומגעקומען אין חורבן אייראָפּע), דאָס ווײַב פון רבי שלמה יאָסקאָוויטש

זײַן צווייטן זיווג איז געווען מרת פייגא מינטשא בידערמאַן, אַ טאָכטער פון זײַן שוועסטער; זיי האָבן געהאַט איין זון:

זײַנע תורות

דער רבי האָט געשריבן אַסאַך תורה אָבער איז רובא דרובא פאַרלוירן געגאַנגען אין די קריג יאָרן. נאָך זײַן פטירה האָט זײַנס אַן אייניקל געדרוקט די איבערגעבליבענע תורות אין א סעריע ספרים וואָס הייסן „אמרי אמת". זײַט דעמאלסט רופט מען דעם גערער רבי'ן ר' אברהם מרדכי מיטן נאָמען „אמרי אמת".

גערער רבי'ס

הרה"צ ר' חנוך העניך פון אַלעקסאַנדער (חשבה לטובה)

הרה"צ ר' יהודא אריה לייב (דער שפת אמת) – אַן אייניקל פונעם "חידושי הרי"ם".

הרה"צ ר' אברהם מרדכי (דער אמרי אמת) - אַ זון פונעם שפת אמת.

הרה"צ ר' ישראל (דער בית ישראל) - אַ זון פון רבי אברהם מרדכי.

הרה"צ ר' שמחה בונם (דער לב שמחה)- אַ זון פון רבי אברהם מרדכי.

הרה"צ ר' פנחס מנחם (דער פני מנחם)- אַ זון פון רבי אברהם מרדכי.

הרה"צ ר' יעקב אריה (דער הײַנטיקער רבי שליט"א) - אַ זון פון רבי שמחה בונים.

פריערדיגער:
הרב יהודה אריה לייב אלטער
"שפת אמת"
דער גערער רבי
תרס"ה-תש"ח
נאָכפאלגער:
הרב ישראל אלטער
"בית ישראל"

רעפערענצן

  1. דאס אידישע ווארט
  • ראש גולת אריאל