רוי:קרי וכתיב
די קְרֵי וּכְתִֿיב זענען אַראַמישע װערטער װאָס הײסן "געלײנט" און "געשריבן."
עס זענען פֿאַראַן װערטער אין תנ"ך װאָס װערן געשריבן אַנדערש װי זײ װערן געלעזן. די געשריבענע פֿאָרם הײסט "כתיב" און די געלעזענע פֿאָרם הײסט "קרי." די "מסורה" האָט פֿאַרצײכנט פֿיל אַזעלכע "קרי וכתיב"; פֿאַראַן אַפֿילו װערטער װאָס שטײען אינגאַצן נישט געשריבן און זײ װערן געלעזן, און פֿאַרקערט, זײ שטײען געשריבן און װערן איבערהױפּט נישט געלעזן. די ערשטע הײסן "קרײן ולא כתיבן" און די צװײטע הײסן "כתיבן ולא קרײן." זײ װערן געבראַכט אין דער גמרא נדרים ל"ז, אַז זײ זענען "הלכה למשה מסיני," דאָס הײסט, אַז דאָס איז איבערגעגעבן געװאָרן פֿון די עלטסטע צײטן אָן.
די תּנ"ך־קריטיקער װילן ציען פֿון די דאָזיקע "קרי וכתיב" די מײנונג, אַז דאָס זענען געװען פֿאַרשידענע טעקסטן פֿון די באַטרעפֿנדע תנ"ך־שטעלן.
קוואַלן
- זעט ישראל ייבין, "מבוא למסורה הטברינית," אקדמון, ירושלים תשמ"ג (Introduction to the Tiberian Masorah).
- דער דאָזיקער אַרטיקל נעמט אַריין דעם טעקסט וואָס געפינט זיך אונטערן זוכוואָרט „קרי וכתיב” אין דער ייִדישער פאָלקס־ענציקלאָפּעדיע (באַנד 2) (1949), וואָס איז היינט אינעם רשות־הרבים.