רוי:רבי צבי קושעלעווסקי

פון המכלול
ווערסיע פון 12:36, 22 נאוועמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
רבי צבי קושעלעווסקי
הרב צבי קושלבסקי עם קופת חסדי שלום.jpg
בת זוג שרה גורוויץ

רבי צבי קושעלעווסקי (געב' תרצ"ו) איז א ליטווישער ראש ישיבה, וואס דינט אלס ראש ישיבת היכל התורה בציון אין ירושלים.

רבי צבי איז געבוירן געווארן צו זיין פאטער הרב אליהו קושעלעווסקי, א ראש ישיבה פון דער חפץ חיים ישיבה און שפעטער רב פון באר שבע, און זיין מוטער צפורה פייגא, א טאכטער פון יעקב מאיר "דזשייק" גראס.

ער האט געהייראט זיין שוועסטער-קינד שרה לאה גורוויץ (נפ' א' ניסן תשע"ה[1]), א טאכטער פון זיין פעטער הרב לייב גורוויץ פון גייטסהעד.

ער איז געווען א ראש ישיבה אין עקס לע בען, פראנקרייך[מקור פארלאנגט], און האט אויפגעשטעלט די "היכל התורה בציון" ישיבה אין ירושלים, וואס געפינט זיך היינט אין הר נוף.

ט"ו באב תשע"ח האט ער חתונה געהאט בזיווג שני מיט אן אלמנה פון אמעריקע, אן אדוואקאט.

וועבלינקען

רעפערענצן

מוסטער:רב-שטומף