רוי:פרידא קאהלא
פרידאַ קאַהלא דע ריוועראַ (שפּאַניש: Frida Kahlo de Rivera; 6טן יולי, 1907 – 13טן יולי, 1954; געבוירן מאַגדאַלענאַ קאַרמען פרידאַ קאִהלא אי קאַלדעראן)[1] איז געווען א מעקסיקאנער מאלערין, מערסט באוואוסט פאר אירע זעלבסט־פארטרעטן וואס זי האט געמאלעוועט פון זיך אליינס.[2]
אינטערעסירט אין איר קונסט זענען מעקסיקאנער קולטור און אמערינדישע קולטור.
לעבנס געשיכטע
קאהלא איז געבוירן געווארן אינעם "בלויען הויז" אין קאיאאקאן, מעקסיקא, און ביי די זעקס יאר האט זי געליטן פון פאליא. האט זי פראבירט שטודירן מעדיצין, מיט דער ציל צו ווערן א דאקטער, אבער ביי די אכצן יאר איז זי שטארק פארוואונדעט געווארן אין א פארקער אקצידענט, האט זי נאך דעם אנגעהויבן מאלן.
וויבאלד זי איז געווען א קאמוניסט, האט זי פון דעם אויך געמאכט פאטרעטן, און אין פאקט איז זי געווען גאר א געלונגענע קונסטלער, נאר זי האט נישט זוכה געווען צו באקומען די שעצונג ווילאנג זי האט געלעבט.
זי האט געהייראט דעם מאלער דיעגא ריווערא. און זיי האבן נישט געהאט קיין צו לייכטע לעבן, נאך וואס זיי האבן זיך צעטיילט, און שפעטער ווידער געהייראט, און זי איז געשטארבן אינעם יונגע עלטער פון 47 יאר. און אינטערעסאנט, אז נאך איר טויט האט מען זיך ארויפגעכאפט אויף איר אייגענשאפטליכער אויסנאמליכער קונסט, און היינט איז דאס גאר היסטאריש באוואוסט.
רעפערענצן
- ↑ Herrera, Hayden (1983). A Biography of Frida Kahlo. New York: HarperCollins. ISBN 978-0-06-008589-6.
- ↑ Frida Kahlo by Adam G. Klein