רוי:עלעקטראמאגנעטיזם

פון המכלול
ווערסיע פון 21:58, 27 נאוועמבער 2022 דורך בוט שרגא (שמועס | ביישטייערונגען) (קרדיט + קטגוריות)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

עלעקטראמאַגנעטיזם איז איינע פון די פיר יסודותדיקע קראפטן אין נאטור. די אנדערע דריי זענען די שטארקע קראפט, די שוואכע קראפט און גראוויטאציע. עלעקטראמאַגנעטיזם איז די קראפט צווישן עלעקטרישע געלאדענע טיילעכלעך. דער שטח וואו מען שפירט דאס הייסט אן עלעקטראמאגנעטיש פעלד.

עלעקטראמאגנעטיזם איז די קראפט וואס האלט עלעקטראנען און פראטאנען צוזאמען אין אטאמען, וואס פון זיי באשטייען מאלעקולן און ממילא די גאנצע בריאה. עלעקטרישע פעלדער און מאגנעטישע פעלדער זענען ביידע ארויסווייזונגען פון עלעקטראמאַגנעטיזם.

דורך עלעקטראמאגנעטישער אינדוקציע, טוט א מאגנעטיש פעלד וואס טוישט זיך פראדוצירן אן עלעקטריש פעלד. דער באגריף ווערט געניצט אין גענעראטארן, עלעקטרישע מאטארן און טראנספארמאטארן.

דזשיימס קלאַרק מאַקסוועל האט פארמולירט די קלאסישע עלעקטראמאגנעטישע טעאריע, אינעם 19טן יארהונדערט.

מוסטער:וויסן-שטומף

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!