רוי:טראנספארמאטאר

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
עלעקטרישער סימבאל פאר א טראנספארמאטאר

א טראַנספארמאַטאר (פון לאטיין transformare ‚טראנספארמירן, פארוואנדלען) איז אן עלעקטרישער עלעמענט אדער אן עלעקטרישע מאשין אין עלעקטרישער אינזשעניריע וואס פירט אריבער ענערגיע פון איין קרייז צו א צווייטן.

א טראנספארמאטאר קען זיין גאנץ קליין, ווי למשל אין א מיקראפאן, אדער גאר גרויס, ביז הונדערטער טאן, וואס מען ניצט אין א קראפט נעצווערק.

מען ניצט א טראנספארמאטאר צו ענדערן דעם וואלטאזש. ווען מען פירט עלעקטריע א ווייטן וועג דארף מען א הויכן וואלטאזש, כדי נישט פארלירן צופיל ענערגיע, אבער אין א פריוואטן הויז ניצט מען א נידריגן וואלטאזש, דערפאר ניצט מען א טרעט־אראפ טראנספארמאטאר צווישן דעם נעצווערק און די געביידעס. ווי אויך, קאמפיוטערס, פאנען א.ד.ג. ניצן 12 וואלט קעגן 110 אדער 240 וואלט אין א געביידע, דעריבער ניצט מען א קליינעם טרעט־אראפ טראנספארמאטאר פאר די אפאראטן.

פרינציפן פון דעם טראנספארמאטאר

ערשטיקער שטראם, עלעקטראמאגנעט און צווייטיקער שטראם

דער פרינציפ פון עלעטראמאגנעטיזם איז אז א שטראם שאפט א מאגנעטישן פעלד, און א מאגנעטישער פעלד וואס ענדערט זיך אין א שפול פון דראט שאפט א וואלטאזש אין דעם שפול. ממילא, אז מען פירט א בייטשטראם אין דעם ערשטיקן שפול פון א טראנספארמאטאר, טוט דאס שאפן א מאגנעטישן פעלד וואס ענדערט זיך כסדר, און אזוי ווערט געשאפן א שטראם אין דעם צווייטיקן שפול. ווען דער צווייטיקער שפול האט מער דרייען ווי דער ערשטיקער שפול, גייט ארויף דער וואלטאזש. פארקערט, ווען מען וויל נידריגן דעם וואלטאזש, ניצט מען א טראנספארמאטאר וואו דער ערשטיקער שפול האט אסאך מער דרייען ווי דער צווייטיקער שפול, אזוי פלוסט א שטראם מיט א נידריגן וואלטאזש (אבער א גרעסערן שטראם) ווי דער ערשטיקער שפול.

פראקטיש קען מען נישט שאפן גאר הויכע וואלטאזשן מיט א פשוטן טראנספארמאטאר. פאר דעם צוועק ניצט מען א טעסלא שפול, וואס ניקאלא טעסלא האט ערפינדן אין 1891.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!

פידבעק בלאט
פידבעק אויפן ארטיקל