רוי:סלאנים (חסידות)

פון המכלול
ווערסיע פון 12:31, 22 נאוועמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
דער אלטער בית מדרש אין סלאנים, 2006

דער סלאנימער הויף איז א חסידות וואס שטאמט פון דער שטאט סלאנים, אין מערב בעלארוס. די שושלת פון סלאנימער רבי'ס ציט זיך שוין לענגער ווי 150 יאר. סלאנים לייגט א דגש אויף אמונה און ענווה.

היסטאריע

אין ה'תרי"ח (1858), נאך דער פטירה פון רבי משה פון קאברין (כ"ט אייר ה'תרי"ח), האט א גרויסער טייל פון זיינע חסידים מקבל געווען אויף זיך די הנהגה פון זיין תלמיד רבי אברהם וויינבערג (דער ערשטער) (1804-1883) וואס האט געוואוינט אין סלאנים, אזוי האט אנגעהויבן דער סלאנימער הויף. דער ערשטער סלאנימער רבי איז באוואוסט נאכן נאמען פון זיין ספר יסוד העבודה וואס באהאנדלט די יסודות פון חסידות. ער איז נפטר געווארן י"א חשוון ה'תרמ"ד (1883).

נאך זיין פטירה האט זיין אייניקל (א זון פון זיין בן יחיד, רבי יחיאל מיכל אהרן) רבי שמואל וויינבערג, דער דברי שמואל, באקאנט אלס "דער פאטער", איבערגענומען די רביסטעווע. ער האט אוועקגעשטעלט די יסודות אויף וואס מ'האט שפעטער אויפגעשטעלט אגודת ישראל. ער האט געדינט אלס רבי צוויי און דרייסיג יאר ביז זיין פטירה י"ט שבט ה'תרע"ו (1916) אין ווארשע.

רבי ישכר לייב וויינברג פון סלאנים

נאך רבי שמואל'ס פטירה זענען זיינע צווי זין געווארן רביס. זיין בכור רבי ישכר לייב וויינבערג האט איבערגענומען די רביסטעווע אין סלאנים; ער איז נפטר געווארן כ"ח ניסן אין יאר ה'תרפ"ח (1928), (זיין נאכפאלגער איז געווען זיין זון רבי אברהם יהושע העשיל וויינבערג וואס איז ארויף אין ארץ ישראל אין יאר ה'תרצ"ה (1935) וואו ער האט זיך באזעצט אין תל אביב). דער יונגערער זון , רבי אברהם וויינבערג (דער צווייטער), מחבר פון בית אברהם, האט געצויגן קיין ביאליסטאק וואו ער געפירט אלס סלאנימער רבי; שפעטער האט ער געפירט אין באראנאוויטש. ער האט אויפגעשטעלט דארטן א גרויסן צענטער פון חסידות און די תורת חסד ישיבה. רבי אברהם וויינבערג איז נפטר געווארן אין סלאנים א' אייר ה'תרצ"ג (1933).

ווען דער צוויטער רבי אברהם וויינבערג איז נפטר געווארן, האט ער איבערגעלאזט נאך זיך איין זון, רבי שלמה דוד יהושע, וואס איז נאך געווען א בחור. מיט דעם האבן די חסידים אים אנגענומען אלס זייער רבי, און ער האט געפירט די הויף ביז ווען ער איז געהרגעט געווארן ביי די פארניכטונגס לאגער דורך די נאציס אום ו' מרחשון ה'תש"ד.

נאך דער צווייטער וועלט מלחמה, ווען די מערהייט פון סלאנימער חסידים וואס האבן געוואוינט אין אויסלאנד זענען געהרגעט געווארן, האבן די חסידים פון ארץ ישראל אנגענומען פאר א רבי'ן מרדכי חיים קאסטילניץ, וואס איז באוואוסט אלס "ר' מאטל" אדער "ר' מאטל דיין"). רבי מרדכי חיים האט נישט געוואלט זיין א רבי, אבער פאקטיש האט ער אויפגעשטעלט דעם הויף פונדאסניי אין ארץ ישראל און האט איהם געפירט.

רבי מאטל איז נפטר געווארן י"ד טבת ה'תשי"ד, און רבי אברהם וויינברג (דער דריטער), מחבר פון "ברכת אברהם", האט אנגעהויבן צו פירן דעם הויף. זיבן און צוואנציג יאר האט ער געפירט, און אין די יארן ווען ער פלעגט דינען אלס רבי האט ער צוריק אויפגעשטעלט דעם הויף. ער איז געווען א מיטגליד פון דער מועצת גדולי התורה פון אגודת ישראל, און פלעגט אנהאלטן גוטע באציאונגען מיט אלע גדולי הדור פון יענער צייט.

אין דער צייט וואס דער ברכת אברהם האט געפירט, איז אויסגעבראכן א מחלוקת צוווישן די חסידים, ביז טייל פון די חסידים האבן באקרוינט רבי זיין איידעם רבי שלום נח בערעזאווסקי, דער "נתיבות שלום". א חודש שפעטער איז דער שווער נפטר געווארן, אין י"ב סיון תשמ"א, און דער הויף האט זיך צוטיילט לויט די גוטסהייסונג פונעם ברכת אברהם. א טייל זענען געבליבן געטריי פאר דעם "נתיבות שלום" און נאך זיין פטירה האבן זיי מקבל געווען אויף זיך דעם פירערשאפט פון זיין זון רבי שמואל בערעזאווסקי. זיי זענען באוואוסט אלס די ווייסע סלאנימער , און א טייל האבן אנגענומען פאר א רבי'ן רבי אברהם וויינברג (דער פערטער), און זיי זענען באוואוסט אלס די שווארצע סלאנימער.

מוסטער:חסידות־שטומף