רוי:מרדכי צבי מאנע

פון המכלול
ווערסיע פון 12:27, 22 נאוועמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

מרדכי צבי מאַנע (העברעיִש: מאנה; 1859 – 1886) איז געווען אַ העברעיִשער דיכטער און אַ קינסטלער.

לעבנסגעשיכטע

מרדכי צבי מאַנע איז געבוירן געוואָרן אינעם שטעטל ראַדאָשקעוויטש (איצט – אינעם מאָלאָדעטשנער ראַיאָן פון דער מינסקער געגנט פון רייסין, דעמאלט – אין באַשטאַנד פון דער רוסלענדישער אימפּעריע). זײַן פאָטער איז געווען אַן אָרעמער מלמד און אַ שטיינהאַקער. דער קומענדיקער דיכטער האָט זיך געלערנט אין זײַן פאָטערס חדר און דערנאָך – אין מינסקער ישיבות. למד. ער האָט פרי באַוויזן באַגאַבטקייט אין מאָלערײַ, ווי אויף אַ נטיה צו דער .השכלה-באַוועגונג. מרדכי צבי מאַנע האָט געלאָזן דאָס לערנען אין ישיבה און איז אַוועקגעפאָרן קיין ווילנע, וווּ ער איז נאָך גרויסע באַמיִונגען אָנגענומען געוואָרן אין מאָלערײַ-שול. דאָרט האָט ער אָנגעהויבן שרײַבן לידער אויף העברעיִש, אויסגעלערנט אויטאָדידאַקטיש רוסיש און דײַטש. אין 1880 איז מרדכי צבי מאַנע אָנגענומען געוואָרן אין דער פּעטערבורגער קוסנטן-אַקאַדעמיע.

זײַנע לידער און מאמרים וועגן דער קונסט האָט מרדכי צבי מאַנע פאַרעפנטלעכט יענע יאָרן אין "המליץ" און "הצפירה" אונטערן פּען נאָמען-נאָמען המצי"ר (דהיינו "מאָלער" און איינצײַטיק - ראשי-תיבות פון די ווערטער "הבחור מרדכי צבי יליד ראַדאָשקעוויטש"). אין 1884 האָבן זיך בײַ אים אַנטפּלעקט סימנים פון טשאַכאָטקע און ער איז געצוווּנגען געווען פאַרלאָזן די אַקאַדעמיע און אַוועקפאָרן קיין וואַרשע כדי זיך קורירן. אין וואַרשע האָט ער פאַרעפנטלעכט זײַנע לידער אין אַלמאַנאַכן "האסיף" און "כנסת ישראל", פאַר וועלכע ער האָט אויך אויסגעפורעמט קינסטלעריש די הילעס. חוץ זײַן אָריגינעלער דיכטונג האָט מרדכי צבי מאַנע אויך איבערגעזעצט אין העברעיִש ווערק פון דײַטשישע און רוסישע דיכטער-ליריקער. ניט לאַנג פאַרן טויט האָט דער דיכטער זיך אומגעקערט אין זײַן היים-שטעטל. דאָרט איז ער געשטאָרבן פון דער קראַנקהייט אין דער עלטער פון 27 יאָר. אינעם סוף פון זײַן לעבן האָט מרדכי צבי מאַנע פאַרפאַסט זײַם אַמערסטן פּאָפּולער ליד "משאת נפשי". אין דעם האָט ער אויסגעדריקט זײַן שטרעבונג צו ארץ ישראל. דאָרט האָט דער דיכטער געהאָפט געפינען היילונג פאַר זײַן גוף און זײַן נפש:

שֶׁמֶשׁ אָבִיב נָטָה יָמָּה

עַד לִקְצוֹת שָׁמַיִם

זִיו חַכְלִילִי הֻצַּק שָׁמָּה

תַּאֲוָה לָעֵינַיִם.

סָבִיב תִּשְׁלֹט שַׁלְוַת הַשְׁקֵט

עָלֶה בַּל יִתְעוֹרֵר,

עַל רֹאשׁ גַּבְנוּן בָּדָד, דּוּמָם

יוֹשֵׁב לוֹ הַמְּשׁוֹרֵר.

אָט דאָס ליד איז געווען אַמאָל צווישן אַמערסטן פאַרשרפּייטע לידער בײַם ייִדישן פאָלק לאה גאָלדבערג,האָט למשל, ציטירט פון דעם אין אירן אַ ראָמאַן. די מעלאָדיע פון דעפ ליד האָט געדינט ווי אַ מוזיקאַלישע עפענונג פון דער דער ישראלדיקער טעלעוויזיע-פּראָגראַם "שרתי לך ארצי", וועלכע האָט געפירט דן אלמגור אין די 1970ער יאָרן.

דעם נאָמען פון מרדכי צבי מאַנע טראָגן גאַסן אין תל-אָביב, חיפה און רמת-גן.

וועבלינקען

  • ווערק פון מרדכי צבי מאַנע אינעם פּראָיעקט בן-יהודה (אויף העברעיִש) - http://benyehuda.org/maneh/
  • וועגן מרדכי צבי מאַנע אין דער עלעקטראָנישער ייִדישער ענציקלאָפּעדיע (אויף רוסיש) - https://eleven.co.il/article/12610