רוי:מרדכי צבי מאנע

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

מרדכי צבי מאַנע (העברעאיש: מאנה; 1859 – 1886) איז געווען אַ העברעאישער דיכטער און אַ קינסטלער.

לעבנסגעשיכטע

מרדכי צבי מאַנע איז געבוירן געוואָרן אינעם שטעטל ראַדאָשקעוויטש (יעצט – אינעם מאָלאָדעטשנער ראַיאָן פון דער מינסקער געגנט פון רייסין, דעמאלט – אין באַשטאַנד פון דער רוסלענדישער אימפּעריע). זיין פאָטער איז געווען אַן אָרעמער מלמד און אַ שטיינהאַקער. דער קומענדיגער דיכטער האָט זיך געלערנט אין זיין פאָטערס חדר און דערנאָך – אין מינסקער ישיבות. למד. ער האָט פרי באַוויזן באַגאַבטקייט אין מאָלעריי, ווי אויף אַ נטיה צו דער .השכלה-באַוועגונג. מרדכי צבי מאַנע האָט געלאָזן דאָס לערנען אין ישיבה און איז אַוועקגעפאָרן קיין ווילנע, וואוּ ער איז נאָך גרויסע באַמיאונגען אָנגענומען געוואָרן אין מאָלעריי-שול. דאָרט האָט ער אָנגעהויבן שרייבן לידער אויף העברעאיש, אויסגעלערנט אויטאָדידאַקטיש רוסיש און דייטש. אין 1880 איז מרדכי צבי מאַנע אָנגענומען געוואָרן אין דער פּעטערבורגער קוסנטן-אַקאַדעמיע.

זיינע לידער און מאמרים וועגן דער קונסט האָט מרדכי צבי מאַנע פאַרעפנטליכט יענע יאָרן אין "המליץ" און "הצפירה" אונטערן פּען נאָמען-נאָמען המצי"ר (דהיינו "מאָלער" און איינצייטיק - ראשי-תיבות פון די ווערטער "הבחור מרדכי צבי יליד ראַדאָשקעוויטש"). אין 1884 האָבן זיך ביי אים אַנטפּלעקט סימנים פון טשאַכאָטקע און ער איז געצוואוּנגען געווען פאַרלאָזן די אַקאַדעמיע און אַוועקפאָרן קיין וואַרשע כדי זיך קורירן. אין וואַרשע האָט ער פאַרעפנטליכט זיינע לידער אין אַלמאַנאַכן "האסיף" און "כנסת ישראל", פאַר וועלכע ער האָט אויך אויסגעפורעמט קינסטלעריש די הילעס. חוץ זיין אָריגינעלער דיכטונג האָט מרדכי צבי מאַנע אויך איבערגעזעצט אין העברעאיש ווערק פון דייטשישע און רוסישע דיכטער-ליריקער. ניט לאַנג פאַרן טויט האָט דער דיכטער זיך אומגעקערט אין זיין היים-שטעטל. דאָרט איז ער געשטאָרבן פון דער קראַנקהייט אין דער עלטער פון 27 יאָר. אינעם סוף פון זיין לעבן האָט מרדכי צבי מאַנע פאַרפאַסט זיין אַמערסטן פּאָפּולער ליד "משאת נפשי". אין דעם האָט ער אויסגעדריקט זיין שטרעבונג צו ארץ ישראל. דאָרט האָט דער דיכטער געהאָפט געפינען היילונג פאַר זיין גוף און זיין נפש.

דעם נאָמען פון מרדכי צבי מאַנע טראָגן גאַסן אין תל-אָביב, חיפה און רמת-גן.

דרויסנדיגע לינקס

  • ווערק פון מרדכי צבי מאַנע אינעם פּראָיעקט בן-יהודה (אויף העברעאיש) - http://benyehuda.org/maneh/
  • וועגן מרדכי צבי מאַנע אין דער עלעקטראָנישער ייִדישער ענציקלאָפּעדיע (אויף רוסיש) - https://eleven.co.il/article/12610

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!