רוי:לאטיינישער אלפאבעט
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
דער לאטיינישער אלפאבעט, אויך גערופן גלחישער שריפט, איז הײַנט די מערסטע באַניצטע אלפאבעטישע שריפט סיסטעם אין דער וועלט. ער האט זיך אַנטוויקלט פון דעם מערבד'יגן גריכישן אַלפאַבעט און די אור-אלטע רוימען האבן אים פונאַנדערגעבויט צו שרײַבן די לאטיינישע שפראך.
דער לאטיינישער אלפאבעט | ||||||
---|---|---|---|---|---|---|
Aa | Bb | Cc | Dd | Ee | Ff | Gg |
Hh | Ii | Jj | Kk | Ll | Mm | Nn |
Oo | Pp | Rr | Ss | Tt | Uu | |
Vv | Ww | Xx | Yy | Zz |
אין די מיטל-אלטער, האט מען אים אַדאָפּטירט פאר די ראמאנשע שפראכן, די גראָדע אפּשטאמלינגען פון לאטיין, ווי אויך צו די קעלטישע, דײַטשישע, באַלטישע, און טייל סלאווישע שפראכן, און ענליך צו רוב שפראכן פון אייראפע.
מיט דער אייראפעישער קאלאניזאציע צוזאמען מיטן קריסטליכן מיסיאנעזירן, האט זיך דער לאטיינישער אלפאבעט פארשפרייט אין אנדערע קאנטינענטן און איז געווארן געניצט פאר אלערליי שפראכן. אזוי אויך שרייבט מען היינט אויך טערקיש מיטן לאטיינישן אלפאבעט.
נעמען פון די לאטיינישע אותיות
אות | A | B | C | D | E | F | G | H | I | J | K | L | M | N | O | P | Q | R | S | T | U | V | W | X | Y | Z |
---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|
נאָמען | אַ | בע | צע | דע | ע | עף | גע | האַ | אי | יאט | קאַ | על | עם | ען | א | פע | קו | ער | עס | טע | או | ווע | טאפל־ווע | איקס | איגרעק | זעט |