א קוש (לשון הקודש: נשיקה) איז אן אנרירונג אדער שטרייכלונג פון די ליפן אויף די ליפן, באק, האנט, אדער פיס פון א צווייטן צו באצייכענען ליבשאפט, באגריסונג, רעווערענץ אדער אינטימקייט. אין די תורה־קוואלן, איז קושן מער ווי אן אויפנעמונג; עס סימבאליזירט פעסטקייט צו אידישקייט און לויאליטעט צו גאָט.

כאטש עס ווערט אפט דערמאנט אין דער תורה, האבן חז"ל (בראשית רבה ע:יב) געהאלטן קושן פאר אומאיידל, אויסער אין דריי פעלער: אלס א צייכן פון רעספעקט – שמואל האט געקושט שאול נאכדעם וואס ער איז געווארן געזאלבט אלס קעניג (שמואל א' י:א); אלס א באגריסונג ווען מען טרעפט זיך נאך א לאנגע צייט אפשטאנד – אהרן האט געקושט משה (שמות ד:כז); און צום געזעגענען – ערפה האט געקושט איר שוויגער נעמי (רות א:יד). רבי תנחומא האט געזאגט אז קושן איז אויך ערלויבט צווישן נאנטע קרובים: יעקב האט געקושט רחל אפילו פאר זייער חתונה (בראשית כט:יא). קושן אויפן מויל איז געהאלטן געווארן פאר אומ-היגייעניש און דער מנהג פון די מדיים צו קושן נאר די האנט איז געלויבט געווארן דורך רבי עקיבא (ברכות ח, ב).

אין שפעטערע רבנישע ליטעראטור, ווערט געזאגט אז א מאן זאל אויסמיידן צו קושן פרויען ווייל דאס פירט צו נידערטרעכטיגקייט. "קיינער פון אייך זאל זיך נישט דערנענטערן צו קיין שום נאענטן קרוב צו אנטפלעקן איר נאקעטקייט" (ויקרא יח:ו) ווערט אויסגעטייטשט דורך רמב"ם צו באציען זיך "נישט נאר צו געשלעכטליכע באציאונגען, נאר אויך צו ארומנעמען און קושן אויך" (ספר המצוות, לאו, נומער שנג). א מאן זאל נישט קושן זיין ווייב ווען זי איז אין נדה און נאכדעם וואס זי האט געבוירן; די פעריאדן דויערן ביז דער ענדע פון דער פרוי'ס "טומאה" און איר טבילה אין א מקוה. צו קושן א פרוי אנדערש ווי איינעם'ס מוטער, ווייב, טאכטער, אדער שוועסטער איז אומאויסגעהאלטן און איז פארבאטן.

קושן חפצים

 
מענדי גליצנשטיין העלפט א קינד קושן די מזוזה.

צו קושן רעליגיעזע זאכן איז א צייכן פון הכנעה און איז א טראדיציאנעלער מנהג וואס איז פאפולער ביי ארטאדאקסישע אידן: ווען מען לייגט אן דעם טלית, קישט מען די ציצית; אזוי אויך די תפילין; די מזוזה אויפן טיר-פאסטן קישט מען ווען מען גייט ארויס אדער אריין אין א צימער, אזוי אויך א ספר תורה ווען מען טראגט עס אין א פראצעסיע אין שול. עס איז אויך א מנהג צו קושן א תנ"ך אדער א סידור אויב עס פאלט אראפ אויפן פלאר. אין טייל קהילות, קישן קינדער די האנט פון זייער פאטער פרייטאג צו נאכטס פארן באקומען די עלטערליכע ברכה ביי קבלת שבת. חסידישע אידן קישן די האנט פון זייער רבי און ערליכע אידן די שטיינער פון כותל המערבי.

עס איז נישט פארהאן קיין תלמודישע מקור וואס פארפליכטעט איינעם צו קושן די מזוזה, און דאס איז ווארשיינליך איינגעפירט געווארן דורך'ן אריז"ל, און איז אזוי א גאנץ נייער מנהג. טראץ דעם, קען זיין א מקור פאר'ן אנרירן די מזוזה, אזוי ווי עס ווערט דעמאנסטרירט אין דער געשיכטע פון אונקלוס הגר, וואס האט ארויפגעלייגט זיין האנט אויפ'ן מזוזה סימבאליזירנדיג די באשיצונג אויפ'ן הויז (עבודה זרה יא, א).

דער רמ"א אין דרכי משה (יו"ד רפ"ה), ציטירנדיג דעם מהרי"ל, דערמאנט די אונקלוס געשיכטע אלס די יסוד פארן מנהג אנרירן די מזוזה. אינעם שולחן ערוך, דערמאנט אויך דער רמ"א דעם מנהג אנרירן די מזוזה ביים אריינגיין און ארויסגיין פון א הויז (יו"ד רפ"ה:ב). דער גר"א (יו"ד רפ"ה:א) האלט אויך אז אנרירן די מזוזה איז באזירט אויף דער אונקלוס געשיכטע, בשעת דער ערוך השולחן (יו"ד רפ"ה:ד) און רבי עקיבא אייגער (מהדורה קמא, שו"ת, נו' 58) האלטן די תלמודישע געשיכטע פאר א שוואכע מקור פארן מנהג. אינטערעסאנט, רבי יוסף האן (אוועק 1637; יוסף אומץ ת"פ) באשרייבט א קופערנע מזוזה קעיס מיט א קופערנעם דעקל איבערן נאמען ש-ד-י וואס מען האט געקענט דרייען כדי א מענטש זאל קענען אנרירן עס מיט זיין פינגער. דער בן איש חי (כי תבוא: ג) זאגט אז ווען מען גייט ארויס פון שטוב, זאל מען לייגן די האנט אויף דער מזוזה און זאגן, "השם ישמר צאתי ובואי לחיים טובים ולשלום, מעתה ועד עולם; קל שדי יברך אותי ויתן לי רחמים." טראץ דעם וואס ער האט געלעבט אין די היינטיגע צייטן, דערמאנט ער נישט צו קושן די מזוזה.

היינטיגע צייטן איז קושן די מזוזה א באקאנטע זאך, ווי מען זעט אין אסאך ספרים פון צוואנציגסטן יאר-הונדערט. צום ביישפיל, חובת הדר—ציטירנדיג דעם חיד"א[1], וואס ברענגט דעם אריז"ל—זאגט אז מען זאל קושן די מזוזה דורך לייגן דעם מיטלן פינגער אויפן ווארט ש-ד-י, דערנאך קושן יענעם פינגער, און דאווענען צום באשעפער זיך צו היטן פון יצר הרע (רבי יעקב ישעיה בלאו, 1976; זייט 14). ער ברענגט אויך דעם קונטרס המזוזה וואס זאגט אז שפעטערע, אומבאנאנטע פוסקים האלטן אויך אז מען זאל קושן די מזוזה. דער קיצור שולחן ערוך (יא:כד) און די מסגרת השולחן זאגן אז מען איז מחויב צו קושן די מזוזה ווען מען גייט אריין און ארויס פון א הויז. די מנהג איז אזוי פארשפרייט אז דער שפעטערער פוסק רבי משה שטערן (דער דעברעצינער רב) באהאנדלט די פראגע מיט וועלכע האנט א "לינקער" זאל נוצן ווען ער קושט א מזוזה. ער לייגט פאר אז ער זאל נוצן זיין לינקע האנט (באר משה ב:ב:ד). טאקע דער סטייפלער, וואס איז געווען א לינקער, האט געקושט די מזוזה מיט זיין לינקע האנט. דער חזון איש אבער האט נישט אנגערירט די מזוזה, כאטש ער האט געקוקט דערויף ווען ער איז דארט פארבייגעגאנגען (ארחות רבינו, חלק 3, זייט 164). ענליך ווערט געזאגט אז מהרי"ל דיסקין האט נישט אנגערירט די מזוזה, נאר בלויז געקוקט דערויף (שלמת חיים שפ). דער פירנדער ליטווישער הלכה'דיגער פוסק פון ניינצנטן יאר-הונדערט, רבי אברהם דאנציג, זאגט אז ווען מען פארלאזט זיין הויז, זאל מען קושן די מזוזה (חיי אדם טו:א). דער פריערדיגער צוואנציגסטן יאר-הונדערט ספרדישער פוסק רבי יעקב חיים סופר פסק'נט אז ווען מען פארלאזט דעם הויז איינגעהילט אינעם טלית אויפן וועג צו שול, זאל מען קושן די מזוזה (כף החיים, או"ח כה:כב).

מיתת נשיקה

לויט'ן תלמוד (ב"ב יז, א) זענען די אבות און אהרן, משה, און מרים געשטארבן פון א קוש פון גאט (מיתה בנשיקה). דאס איז גערעכנט געווארן דער העכסטער פּריווילעגיע און איז רעזערווירט געווען פאר די גרעסטע (ברכות ח, א; רמב"ם, מורה נבוכים, חלק ג, נא סוף.).

שפראך

אין ביבלישן העברעאיש מיינט "ארומנעמען און קושן" די ווערטער חבק און נשק. אין משנה-צייטן, איז דאס אראמישע ווארט גפף געווארן איינגענומען[2]. דאס ביבלישע ווארט "נשק" מיינט צו קושן. קושן אויפן מויל ווערט גענוצט מיט אן "אקוזאטיוו" ("עם"), בשעת קושן אויף דער האנט, אקסל אדער באק ווערט גענוצט מיט א "למד" (ל)[3][אויסקלארונג פארלאנגט]. עס איז פאראן א מיינונג אז דאס ווארט "נשק" (קושן) שטאמט פון דעם אראבישן ווארט "נסק" (שמעקן)[4].

סארטן קישן

אין אידישן קולטור און הלכה זענען פאראן פארשיידענע סארטן קישן, יעדער מיט זיין אייגענעם באדייט:

קוש פון גרעסע (נשיקה של גדולה)
דאס איז איינער פון די דריי אדער פיר ערלויבטע קישן[5]. שמואל האט געקושט שאול נאך זיין משיחה (שמואל א י, א). ווען א מענטש דערגרייכט גרויסקייט, ווערט ער געקושט אלס סימן פון כבוד. עס נעמט אויך אריין קושן די אייגענע האנט נאכ'ן שאקלען מיט דער האנט פון אן עלטערן, וואס ווערט באטראכט ווי א סימן פון כבוד.
קוש פון פרידה (נשיקה של פרישות)
דאס איז אויך איינער פון די ערלויבטע סארטן קישן[6]. אברהם אבינו האט געקושט יעקב אבינו פאר זיין טויט, אלס א פרידה קוש[7]. ראובן האט געקושט זיינע ברידער[8], דן זיינע קינדער[9], און בנימין זיינע קינדער ביי זייערע פרידה רעדעס[10]. ערפה האט זיך געזעגנט מיט א קוש פון איר שוויגער, נעמי, און דערפאר הייסן אירע נאכקומען "בני הנשוקה" (קינדער פון די געקושטע)[11]. מאמעס האבן געקושט זייערע קינדער פאר'ן מארטיריום[12]. עס ווערט ערקלערט אז די נשמות זאלן זיך איינהאלטן אין זכרון איינעם דעם אנדערן[13].
קוש פון ווידערטרעף (נשיקה של פרקים)
אויך אן ערלויבטער קוש[14]. יצחק האט פארלאנגט א קוש פון יעקב ביי זייער ווידערטרעף[15]. רבקה האט געקושט יעקב ביי זייער ווידערטרעף[16]. אהרן האט באגריסט משה מיט א קוש ביי זיין צוריקקער[17], א קוש פון ווידערטרעף און הקדשה[18]. קושן נאך א לאנגע צייט פון פרידה דערפרישט די ליבע[19].
קוש פון קרובשאפט אדער צוגעבונדנקייט (נשיקה של קורבה/חביבות)
לויט ר' תנחומא זענען אזעלכע קישן אויך נישט פארדאמט[20]. עולא פלעגט קושן זיינע שוועסטער, אדער אויפן ברוסט אדער אויף דער האנט, אלס סימן פון קרובשאפט[21]. אזעלכע קישן זענען ערלויבט, ווייל עס איז נישטא קיין אומפאסיגע כוונה[19].
אומערלויבטע קישן (אונערלויבטע קישן)
יעדער קוש וואס געהערט נישט צו די ערלויבטע קאטעגאריעס איז "תפלות" (נארישקייט / אוּנצענסור)[22]. דאס שליסט איין אומפאסיקע קישן צווישן אייגעלייט אין אנוועזנהייט פון קינדער[23]. א פאטער זאל נישט קושן זיין טויטן קינד, ווייל לויט עטליכע מיינונגען קען דאס פארקירצן דאס לעבן פון אנדערע קינדער[24]. מען זאל נישט קושן א רשע, ווייל עס שאפט אן אנהאלטענדע פארבינדונג אפילו נאכ'ן טויט[25].
קוש פון געצן און חיות
געצן פלעגן ווערן געקושט[26]. קושן דאס גאלדענע קעלבל האט פארוואנדלט די ליפן אין גאלד[27]. טויבן "קושן" זיך (שנעבלען). רויבן און פיש ווערן באפרוכפערט דורך מויל-צו-מויל קושן[28]. לויט דער אגדה, האט יהושע געקושט אן אקס[29]. דוד המלך האט געקושט די שפין וואס האט אים געראטעוועט[30].
קושן א טויטן
יוסף האט געקושט זיין טויטן פאטער[31]. משה רבינו האט געקושט יוספ'ס קערפער[32]. מען האט געקושט דאס בלוט פון זכריה הנביא[33]. רבי ישמעאל האט ארומגענומען און געקושט דעם אפגעהאקטן קאָפּ פון רבי שמעון בן גמליאל[34]. עס זענען דא פארשידענע מיינונגען וועגן קושן טויטע; טייל האלטן דאס פאר פארבאטן אלס סכנה[35]. אנדערע קוואלן פארבינדן דאס קושן פון טויטע מיט זכרון און ליבע[36].

לבן האט געקושט יעקבבראשית רבה, פרשה ע', פסקה י"ג.

אזוי האט רבי פפא געקושט הונא, זון פון רב נחמן, אויפן קאָפּ און אים געגעבן זיין טאכטער (ברכות נ״ו ב). אויך ווערט דערמאנט אז יהושפט דער מלך האט געקושט תלמידי חכמים[37], און רבי יהושע בן חנניה האט געקושט א קינד וואס האט אים באזיגט אין א וויכוח[38]. רבי אבא בר כהנא האט געקושט רבי לוי אויפן קאָפּ פאר א שיינעם "דרוש"[39].

ביבליאגראפיע

רעפערענצן

  1. ברכי יוסף אויף ש"ע י"ד רפה, ב.
  2. עמנואל, 256.
  3. עמנואל, 257.
  4. עמנואל, 258.
  5. בראשית רבה, פרשה ע', פסקה י"ב; מדרש תנחומא פרשת שמות פיסקא כ"ח.
  6. בראשית רבה, פרשה ע', פסקה י"ב; מדרש תנחומא פרשת שמות פיסקא כ"ח.
  7. ספר היובלים, פרק כ"ב.
  8. צוואת ראובן, א.
  9. צוואת דן, ז.
  10. צוואת בנימין, אנפאנג.
  11. סוטה מב ב.
  12. עמנואל, 259, 274 בשם סדר אליהו רבה.
  13. רבי שלמה הלוי אלקבץ, שורש ישי רות א, יד.
  14. בראשית רבה, פרשה ע', פסקה י"ב; מדרש תנחומא פרשת שמות פיסקא כ"ח.
  15. בראשית כז, כו, לקח טוב.
  16. ספר היובלים, פרק ל"א, פסוק ז'.
  17. שמות ד, כז.
  18. Schern, r. 5, 10, ילקוט בראשית 124 f 36c, ילקוט תילים 834, Jalk. Schern. 174 f 54c תנחומא Schern. 28.
  19. 19.0 19.1 מהר"ש יפה, יפה נוף על מדרש שמואל פי"ד, יפה ענף על רות רבה פ"ב; "דרשות ומאמרים לרבינו בצלאל אשכנזי", ירושלים תשנ"ו, עמ' רסב, שי"ל מכת"י ע"י מכון אורות מערב.
  20. בראשית רבה, פרשה ע', פסקה י"ב.
  21. שבת יג א; עבודה זרה יז, א.
  22. בראשית רבה, פרשה ע', פסקה י"ב; מדרש תנחומא פרשת שמות פיסקא כ"ח.
  23. שבט מוסר, טז.
  24. ספר חסידים, סי' רלו; צוואת רבינו יהודה החסיד, אות ד.
  25. רבי נחמן מברסלב, ספר המדות, חלק "הרחת רשעים".
  26. עמנואל, 260.
  27. פרקי דרבי אליעזר, פרק מ"ה.
  28. רשב"צ דוראן, מגן אבות, ליווארנא, תקמ"ה, דף לח, ב.
  29. אלפא ביתא דבן סירא, שטיינשניידער, דף כה, א. https://www.sefaria.org/Otzar_Midrashim%2C_The_Aleph_Bet_of_ben_Sira%2C_The_Alphabet_of_ben_Sira%2C_(alternative_version).39.
  30. אלפא ביתא דבן סירא, שטיינשניידער, דף כד, ב https://www.sefaria.org/Otzar_Midrashim%2C_The_Aleph_Bet_of_ben_Sira%2C_The_Alphabet_of_ben_Sira%2C_(alternative_version).38.
  31. בראשית נ, א.
  32. rabbiner dr. Samuel Kohn, Zur Sprache, Literatur und Dogmatik der Samaritaner, 30.
  33. איכה רבה, פרשה ד', פסקה י"ז.
  34. אבות דרבי נתן, שעכטער, עמ' 115. https://www.sefaria.org/Avot_DeRabbi_Natan%2C_Recension_B.41.4.
  35. רבינו אפרים בפי' על התורה כ“י פרשת ויחי, דבש לפי מערכת ן' סי' כ”ד.
  36. זעט קליין, תרפב–תרפד.
  37. כתובות קג ע"ב.
  38. עירובין נג, ב.
  39. קהלת רבה פ"ו ס"ב.