ברוקלין בריק שיסעריי אטאקע

שיסעריי אטאקע אויף אמעריקאנער אידן


די ברוקלין בריק שיסעריי אטאקע איז געווען א שיסעריי טעראר אטאקע, וואס איז פארגעקומען דעם 1טן מערץ, 1994 - י"ח אדר ה'תשנ"ד, אויף דער ברוקלין בריק, אין ניו יארק סיטי, דורך אן איסלאמישן טעראריסט, ראשיד באז; וועלכער האט געשאסן אויף א ווען פול מיט ליבאוויטשער בחורים, וועלכע זענען געפארן אויף דער בריק. אין די טעראר אטאקע איז איין בחור, ארי האלבערשטאם אומגעקומען, און דריי אנדערע פארוואונדעט.

דער ברוקלין בריק, וואו דער שיסעריי איז פארגעקומען

דער טעראריסט איז געכאפט און ארעסטירט געווארן, און פאראורטיילט געווארן צו 140 יאר טורמע.

די אטאקע

אום 1טן מערץ 1994 (י"ח אדר ה'תשנ"ד) בערך 10:30 פארמיטאג האט א ווען מיט בערך פופצן בחורים, ליובאוויטשער חסידים, געווען אויף דעם וועג פון מאנהעטן קיין קראון הייטס, אהיימבאגלייטנדיג דער ליובאוויטשער רבי, רבי מנחם מענדל שניאורסאן, נאכדעם וואס דער רבי איז דורכגעגאנגען א מעדיצינישע פראצעדור אין דעם בית ישראל שפיטאל.

פארנדיג אויף דער בריק, האָט א טעראָריסט, וועלכער איז געפארן פּאַראַלעל מיט זייער קאר, געעפנט הייס-פייער מיט זיין סוב-מאשין ביקס, און באשאסן דעם ווען מיט צענדליגער קוילן, אויסשיסנדיג די פענסטער און פאראורזאכט א בלוט-באד. די קוילן האבן אנגעטראפן פיר בחורים, צוויי פון זיי, ארי (אהרן יוסף) האלבערשטאם און נחום ששונקין זענען קריטיש פארוואונדעט געווארן.

פינף טעג שפעטער (כ"ג אדר א, ה'תשנ"ד) איז ארי אוועק פון די שווערע וואונדן אין עלטער פון זעכצן יאר אלט.

ארי האלברשטאם איז געווען א זון פון הרב חנניה סיני דוד האלבערשטאם, א גבאי ביים ליובאוויטשער רבי'ן, רבי מנחם מענדל שניאורסאהן.

טויזנטער מענטשן האבן זיך באטייליגט ביי דער לוי', וואס איז פארגעקומען אין קראון הייטס, אריינגערעכנט דער דעמאלטיגער ניו יארקער גאווערנאר מאריא קאמא, דער ניו יארקער מעיאר רודי דזשוליאני, און נאך פיל פאליטיקאנטן. אזוי אויך האט דער דעמאלטיגער פרעזידענט ביל קלינטאן פערזענליך אנגערופן די האלבערשטאם משפחה איבערצוגעבן זיינע טרייסט-וואונטשן.

דער טעראריסט

גראד נאך דער שיסעריי איז דער שיסער און מערדער אנטלאפן. דער ניו יארק סיטי פאליציי דעפארטמענט האבן אונטערגענומען א מאסיווע זוך-אקציע נאך דעם טעראריסט. זיי האבן פארשפראכן א באלוינונג פון 30 טויזנט דאלאר פאר דער וואס וועט געבן אינפארמאציע וואס וועט פירן צום ארעסט פון דעם ברוטאלן מערדער.

צוויי טאג נאך דער שיסעריי איז דער טעראריסט געפארן צו א קאר-מעכאניקער צו פאררעכטן א פענסטער אין זיין קאר, דער מעכאניקער האט באלד חושד געווען אז דער מענטש איז דער טעראריסט און ער האט אלארמירט די פאליציי, און אזוי איז ער ארעסטירט געווארן.

דער מערדער איז אידענטיפיצירט געווארן אלס ראשיד באז, אן אימיגראנט פון לבנון.

דער טעראריסט איז אנגעקלאגט געווארן אויף מארד קלאגעס, און ער איז פאראורטיילט געווארן צו 140 יאר טורמע.

הערשט נאך עטליכע יאר און דרוק פון עסקנים, האט די יוסטיץ דעפארטמענט מסכים געווען צו באטיטלען דעם שיסעריי אלס א "טעראריסטישע אטאקע".

מאטיוו

ווי עס האט זיך שפעטער ארויסגעשטעלט האט דער טעראריסט דורכגעפירט די שיסעריי אלס נקמה צו דער שיסעריי וואס ברוך גאלדשטיין האט דורכגעפירט עטליכע טעג פריער אינעם מערת המכפילה אין חברון, און ער האט געוואלט געוואלט אומברענגען דעם ליובאוויטשן רבי'ן אלס נקמה, אבער ער האט זיך טועה געווען אין די קארס.

געדענקמאלן

 
א בילד פונעם אריינגאנג צום ברוקלין בריק, וואס טראגט דעם נאמען 'ארי האלבערשטאם מעמאריעל רעמפ'

דער נאמען פון דער רעמפ ארויף צום ברוקלין בריק איז געטוישט געווארן אין עהרע פון ארי, צו "ארי האלבערשטאם מעמאוריאל רעמפ.

אין קראון הייטס איז געעפנט געווארן א אידישע קינדער מוזעאום אויף זיין נאמען און אנדענק.

נאך דער טראגעדיע זענען איינגעפירט געווארן עטליכע געזעצן איינצוצוימען באנוץ פון אויטאמאטישע געווער אין ניו יארק, דריי געזעצן זענען באשטעטיגט געווארן אין רעזולטאט פון דעם מארד.

דרויסנדיגע לינקס

רעפערענצן

דער ארטיקל קומט פון יידיש-וויקיפעדיע.
אריגינעלער בלאטערלויבעניש cc-by-sa 3.0.