דרעפט:אפגאנער סידור
|
|
דאס איז א דרעפט ארטיקל. עס איז אַן אַרבעט אין פּראָגרעס וואָס איז אָפן פאַר רעדאַגירונג דורך סיי וועם. ווען דער דרעפט איז פארטיג, ביטע גייט איבער דעם אריבערפירן טשעקליסט, זיכער צו מאכן אז עס איז גרייט. דערנאך קענט איר בעטן פון די דרעפט אריבערפירער אז זיי זאלן עס איבערגיין און אריבערפירן צום הויפט געביט. (אייער בקשה וועט פובליצירט ווערן אין המכלול:אריבערפירן דרעפטס, און דארט וועט אויך ערשיינען דער ענטפער - אויב פעלט אויס). |
דער אפגאנער סידור (אויך באקאנט ווי דער אפגאנישער ליטורגישער קווייער, Afghan Liturgical Quire) איז א מאנוסקריפט פון דער אפגאנער גניזה אין באַמיאַן, אפגאניסטאן. עס ווערט פאררעכנט ווי דאס עלטסטער אידישער ספר אין א בוך-פארמאט וואס איז היינט באקאנט. דער קליינער כתב-יד, בערך פינף ביי פינף אינטשעס (12 ביי 12 צענטימעטער) גרויס, אנטהאלט לשון-קודש ליטורגישע טעקסטן, אריינגערעכנט תפילות פאר שבת, פיוטים פאר סוכות, און א טייל פון דער הגדה של פסח, וואס איז מיסטעריעז געשריבן געווארן פארקערט (קאָפּ־אראפּ). דאס העפט איז געשריבן געווארן אין לשון הקודש, אראמיש און אידיש-פּערסיש. דאס כתב-יד איז היינט א טייל פון דער זאמלונג אין דער מוזעאום פון דער ביבל אין וואשינגטאן, די-סי.
היסטאריע
דער סידור איז געפונען געווארן דורך א מאן פון דער האַזאַראַ־מינאריטעט, וואס האט עס געגעבן צו א לאקאלן אפגאנער פירער קאַרים כאַלילי. כאלילי האט דאס דערקענט אלס הייליג און דאס איינגעוויקלט אין א טוך און אריינגעלייגט אין א ספּעציעל געמאכטער הילצערנער קאסטן[1].
דער וועג ווי דאס כתב-יד האָט פארלאזט אפגאניסטאן איז אומבאקאנט. מ'גלייבט אז עס איז מסתמא ארויסגעשמוגלט געווארן נאך דעם ווי די טאליבאן האט איבערגענומען באמיאן אין סוף 1998. עס זענען געווען פארשידענע פארזוכן צו פארקויפן דאס כתב-יד אין די פאראייניגטע שטאטן און אייראפּע צווישן 1998 און 2001, ביז עס איז "אומבאקאנט" פארקויפט געווארן אין לאנדאן אין הערבסט 2001 צו א פּריוואטן זאמלער, וועלכער האט עס געהאלטן מער ווי צען יאר.
אין 2013 איז דאס כתב-יד געקויפט געווארן דורך סטיוו גרין פון אקלאהאמע, דער פּרעזידענט פון האבי לאבי[2] און אייגנטומער פון א ריזן קאלעקציע פון זעלטענע תנ"ך טעקסטן און ארטיקלען[3]. עס איז דאן דאטירט געווארן דורך געלערנטע און קארבאן-14 טעסטן צו ארום ד'ת"ר (840 למס')[4]. מ'האט אריגינעל געמיינט אז דאס כתב-יד קומט פון דער קאַירער גניזה אין מצרים.
גרין האט עס שפּעטער געשאנקן צו זיין ניי-געגרינדעטער 'מוזעום פון דער ביבל', וואס האט זיך געעפנט אין 2017. אין 2016 האט הערשל העפלער, א קוראַטאָר אינעם מוזעאום, דערקענט א פאטאגראפיע פון דעם בוך אין אפגאניסטאן פון 1997 אין אַן ארטיקל אין "טאבלעט" זשורנאל וועגן אידישע כתבי־יד וואס ווערן ארויסגעשמוגלט פון אפגאניסטאן. די אנטדעקונג האט געפירט צו ראַדיאָמעטרישע דאטירונג־טעסטן אויף פיר טיילן פון דעם כתב-יד, וועלכע זענען דאטירט געווארן אין 2019 צו בערך ד'תק"מ (780 למס'), אין די צייט פון די גאוני בבל. די דאטירונג האט באשטעטיגט אז דאס איז דער עלטסטער באקאנטער העברעאישער קאָדעקס (דאס הייסט, א בוך מיט געבונדענע בלעטער)[5].
אינהאלט און באדייט
דער אפגאנער סידור ווערט גערעכנט ווי דער עלטסטער באקאנטער אידישער ספר. פאר פארשער פון אידישע ספרים האט די אנטדעקונג געבראכט די פריסטע באווייזן פון א געבונדענעם אידישן ספר. עס זענען שוין פון פריער געווען באקאנט עלטערע אידישע כתבים, אבער זיי זענען אלע אויף מגילות, א שטייגער ווי די מגילות ים המלח.
דער ספר פון 50 זייטן, געשריבן אויף חיה-הויט פּארמעט אין זיין אריגינעל בינדונג, אנטהאלט טעקסטן וואס זענען ווארשיינליך געשריבן געווארן פאר דער צייט פון רב עמרם גאון, וועלכער האט מחבר געווען א "סדר תפילות של כל השנה" אין מיטן די 800ער יארן. עס איז איינגעטיילט אין זעקס פרקים, אריינגערעכנט שחרית, א חלק פון הגדה של פסח, וואס איז מיסטעריעז געשריבן געווארן מיטן קאפּ אראפּ[6], א סוכות פיוט, פיוטים וועגן "אחרית הימים", א זעלטענער פיוט אויף שיר השירים אין צוזאמענהאנג מיט סוכות, מאה ברכות[7], א פּאָעטישע פאָרעם פון דעם ספר זרובבל, און אַן אייגנארטיגע אפּטיילונג מיטן טיטל "ישועה בציון"[4][8].
היינטיגער אָרט און פארוואלטונג
דער אפגאנער ליטורגישער קווייער געפינט זיך היינט אין דער זאמלונג פון דער מוזעום פון דער ביבל אין וואשינגטאן, די.סי.. אין 2014 איז עס געווען אויף א קורצער צייט אויף אויסשטעל אינעם 'ביבל לענדער מוזעאום' אין ירושלים[9]. די מוזעאום אין וואשינגטאן האט אויפגעשטעלט אַן אויסשטעלונג מיטן נאמען "הייליגע ווערטער: אנטפּלעקן דאס פריסטע העברעאישע בוך", וואס האט זיך געעפנט אין סעפּטעמבער 2024 און האט געדויערט ביז 12טן יאנואר 2025. אין מערץ 2025 איז די אויסשטעלונג אריבערגעפירט געווארן צו דער ביבליאטעק פון דער אידישער טעאלאגישער סעמינאר אין ניו־יארק, וואו עס וועט בלייבן ביז 17טן יולי 2025.
די מוזעאום האט אויסגעארבעט א קאסטאדיאנער־אפּמאך מיט פארשטייער פון די אפגאנער אידן און פון דער פריערדיגער דעמאָקראַטיש־ערוויילטער רעגירונג פון אפגאניסטאן, כדי צו פארזיכערן צוטריט פאר יעדן, בפרט פאר דער פארשפּרייטער אפגאנער אידישער קהילה. די מוזעאום פּלאנירט צו צושטעלן הויך־קוואַליטעט רעפּליקעס פאר דער אידישער קהילה און פאר וויכטיקע קולטור־אינסטיטוציעס אין אפגאניסטאן.
רעפערענצן
- ↑ ‘Most exciting find in a millennium’: Oldest Hebrew book goes on display in DC, JNS.org, סעפטעמבער 30, 2024.
- ↑ World's Oldest Jewish Prayer Book Found? Rare Text Purchased By Hobby Lobby President, HuffPost Religion.
- ↑ יונה שוב, בחדרי חרדים, הכירו: סידור התפילה העתיק בעולם, אויף בחדרי חרדים, אקטאבער 6, 2013.
- ↑ 4.0 4.1 Green Scholars Discover World’s Oldest Jewish Prayer Book, Museum of the Bible.
- ↑ Masood Farivar, How the oldest known Hebrew book landed in a Washington museum, Voice of America (VOA News), יאנואר 25, 2025.
- ↑ Museum of the Bible.
- ↑ יוסי נכטיגל, בסידור העתיק: פיוטים ומאה ברכות, אויף כיכר השבת, אקטאבער 4, 2013.
- ↑ https://www.instagram.com/museumofbible/p/DBPGnu8Jidy/.
- ↑ חזקי ברוך, הסידור העתיק בעולם נחשף לציבור, אויף ערוץ 7, סעפטעמבער 18, 2014
- Masood Farivar, How the oldest known Hebrew book landed in a Washington museum, Voice of America (VOA News), יאנואר 25, 2025
- ‘An extraordinary rarity’: Exhibit of oldest Hebrew book opens at JTS library, JNS.org, מערץ 19, 2025
- ‘Most exciting find in a millennium’: Oldest Hebrew book goes on display in DC, JNS.org, סעפטעמבער 30, 2024
- https://www.afghanim.co.il/תערוכה-על-סידור-התפילה-האפגני
- יונה שוב, התרגשות: הסידור העתיק בעולם נחשף בירושלים, אויף בחדרי חרדים, סעפטעמבער 19, 2014
- אלכס דורון, סידור תפילה בן 1,200 שנה נמצא בידי אספן, באתר nrg, אקטאבער 4, 2013
- יוני גבאי, הסידור העתיק בעולם הוצג לנתניהו, אויף כיכר השבת, סעפטעמבער 18, 2014
- מומחים בודקים: האם הסידור העתיק ביותר אכן נמצא בירושלים?, באתר כיפה, סעפטעמבער 21, 2014
- שיאים יהודיים: מה גילו של הסידור הכי עתיק בעולם? - הידברות
- Afghanistan Liturgical Quire, Museum of the Bible
- Sacred Books: A Story of Jewish Heritage from Afghanistan, Museum of the Bible
- See The World’s Oldest Siddur - The 5 Towns Jewish Times
- Museum of the Bible to Debut World’s Oldest Jewish Book | Museum of the Bible
- The World’s Oldest Jewish Book on Display at The Jewish Theological Seminary - Jewish Theological Seminary
- Matti Friedman, Is This Mysterious Text the Most Ancient Hebrew Book Ever Discovered?, The Free Press, סעפטעמבער 12, 2024