באַניצער:רושם רשימות/הלל (דאווענען)

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
Bucket in the sand.svg
דער בלאט איז נישט קיין ענציקלאפעדישע ארטיקל
דער בלאט איז א דרעפט פון רושם רשימות.
דער בלאט איז נישט קיין ענציקלאפעדישע ארטיקל
דער בלאט איז א דרעפט פון רושם רשימות.

הלל איז א טייל פון די ליטורגיע וואס מען זאגט אום יו"ט און אין ספעציעלע צייטן, עס באשטייט פון די קאפיטלען פון ספר תהלים קיג-קיח. די קאפיטלען באשטייען הויפטזעכליך פון אויסדרוקן וואס ברענגען ארויס דאנק צום באשעפער און פרייד אויף די גאולה. די פוסקים זענען צעטיילט אויב דאס איז א חיוב מן התורה אדער א מצוה מדרבנן. אין געוויסע טעג איז דאס זאגן הלל בלויז א מנהג, אין אזא פאל טוט מען אויסלאזן אייניגע טיילן דערפון (גערופן: האלב הלל).

איידער מען זאגט הלל מאכט מען א ברכה: "אשר קדשנו במצוותיו וציוונו לקרוא (אדער: לגמור) את ההלל". און נאכ'ן ענדיגן זאגט מען א ברכה פון "יהללוך". די מנהגים זענען פארשידנארטיג ווען עס קומט צו זאגן א ברכה אויף האלב הלל.

מחבר

מיר געפונען אין חז"ל[1] עטליכע דיעות איבער די פארפאסער פון די קאפיטלען פון הלל און די אומשטענדן אונטער וואס עס איז פארפאסט געווארן. לויט רבי אלעזר האבן עס משה מיט די אידן געזאגט ביי קריעת ים סוף; לויט רבי יהודה האט עס יהושע געזאגט מיט די אידן ווען זיי האבן מלחמה געהאלטן מיט די קעניגן פון כנען; רבי אלעזר המודעי זאגט אז דאס האבן דבורה און ברק געזאגט בשעת די מלחמה מיט סיסרא; לויט ר' אלעזר בן עזריה האט עס געזאגט חזקיה מיט זיין סוויטע ווען סנחריב איז ארויסגעקומען קעגן זיי; רבי עקיבא זאגט אז חנניה מישאל ועזריה האבן עס געזאגט ווען נבוכדנצר האט זיך ארויסגעשטעלט אקעגן זיי; לויט רבי יוסי הגלילי האבן עס געזאגט מרדכי און אסתר ווען המן הרשע איז אויפגעשטאנען אויף זיי. די אלע שיטות לייגן צו אז די אידן האבן דאן געזאגט "לא לנו ה' לא לנו, און די רוח הקודש האט געענטפערט און זיי געזאגט: "למעני למעני אעשה". דערנאך איז דא די שיטה פון די חכמים, אז די נביאים צווישן די אידן האבן מתקן געווען פאר זיי, אז מען זאל דאס זאגן אויף יעדן ערשיינונג און יעדן צרה וואס זאל נישט קומען אויף די אידן, און ווען מען ווערט אויסגעלייזט זאל מען דאס זאגן אויף די גאולה.

חיוב פון זאגן

טעג פון זאגן

לויט ווי די מפרשים לערנען פשט אין א משנה, האט מען צוועלף טעג א יאר, די טעג וואס דער חליל האט געקלאפט אין בית המקדש, געזאגט דארט גאנץ הלל[2]. די טעג זענען: ביים שחטן דעם קרבן פסח[3] - י"ד ניסן, ביים שחט'ן דעם פסח שני - י"ד אייר, ביום טוב הראשון של פסח, ביום טוב הראשון של עצרת – חג השבועות, ובשמונת ימי חג הסוכות

פסח ביינאכט

ערב פסח

ימים טובים

חנוכה

פורים

ראש חודש

יעדן טאג

יום העצמאות

ברכה

וועג פון זאגן

דרויסנדיגע לינקס

רעפערענצן

  1. פסחים קיז, א.
  2. ערכין י, א. רש"י שם ד"ה 'ולא כלום' ר' גרשום שם; תוספות ד"ה 'שמונה עשר יום'. תפארת ישראל במשנה ערכין ב, ג. אות כח.
  3. פסחים סד, א.